מאנטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר שמעון הערשקאוויטש הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן מצוה בחור בחדר הפרטי.
נאכמיטאג ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אריבערגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אלפי תלמידי הישיבה גדולה פון אלע סניפים.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, און דערנאך מעורר געווען איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה און אלע שיעורים, צו לערנען ספרי מוסר בקביעות, גיין אין מקוה יעדן טאג וכ"ש שבת ויו"ט, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעווין, טוהן חסד און גיין נאך געלט, זיך אפהיטן פון די כלים, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות, און צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים, די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע און מסיים געווען בברכות קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אליעזר היילברוין הי''ו ע"פ אמו ע"ה.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 11:30 אויפדערנאכט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' יעקב חיים פאלאק הי''ו - ר' חיים וואלף שפילמאן הי''ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️