פרייטאג קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר אברהם גברא הי''ו.
ב''ר יואל גלאנצער הי''ו.
ביים דאווענען האט מען געזאגט תחנון כנהוג אצל רבותינו הק' ביום המר והנמהר - ה' אייר אפי' בערש''ק. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה בביתו נאוה קודש כ''ק אדמו''ר מקהל חסידי ירושלים שליט''א וועלכע וויילט אויף דעם שבת אין קרית יואל, ער האט איבערגעגעבן א שיינעם גריס פאר רבינו שליט''א פון די ישיבה קטנה במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק ווי ער האט לעצטענס פארהערט די בחורים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מנהגים פון בני ארץ ישראל בחוץ לארץ בנוגע די חילוקי הפרשיות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️