בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגד' אייר תשפ"ב5/5/2022

באריכט
מיטוואך פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד לר' שלמה משולם לאנדא הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' חיים דוד פארגעס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד לר' אלי' פריעד הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל משה יצחק הערשקאוויטש הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י' פסוק ב', און דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען. און עס איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

ארים 1 אזייגער מיטאג (8 פארנאכטס - אר"י זייגער) האט רבינו שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש והדרכה דורך א הוק-אפ פאר תלמידי ישיבתינו הק' מהרי''ט בבני ברק לרגל התחלת זמן הקיץ הבעל"ט.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אהרן שאול סאנדעל הי''ו - ר' שלמה שעהנברוין הי''ו.
ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי''ו - ר' יואל ברמ"ל ראטה הי''ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די רבני וועד העירוב קרית יואל והגלילות אינאיינעם מיט די לומדים בחבורת הלכות עירובין שע''י מבצר הכוללים קרית יואל, ווי זיי זענען איבערגעגאנגען די פלענער צו פארברייטערען דעם עירוב, ווי אויך האבן זיי אנגעפרעגט איבער שאלות וואס האט זיך געמאכט במציאות ובהלכה.

ווי אויך איז אריין בקודש פנימה הרב דניאל כהן שליט''א רב דקהל דברי אמת לעדת הספרדים אין קווינס, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זיין יוגענט אינעם שטאט סאמארקאנד וואו ער האט געלערנט אונטער דעם אייזערנעם פארהאנג. דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א מנחת ביכורים, פירות און וויין, פאר רבינו שליט"א, און געוויזן פארן רבי'ן דעם נייעם ש"ס 'ממלכת כהנים' וועלכע פארמאגט די פסקי הראשונים, פונעם רמב"ם, ראב"ד, טור, שו"ע, וכו' אלעס אויפן דף הסוגיא.
דער רבי האט א לענגערע צייט מעיין געווען און אויסגעשמועסט די פרטי הדפוס, און האט מאציל געווען מברכות קדשו ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און דערנאך צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 967