בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגל' ניסן תשפ"ב5/1/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת אחרי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' זלמן לייב שווארטץ הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכ'ן ברית איז אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי הרה"ח ר' שלמה אליעזר גליקמאן הי''ו ווי ער האט געוויזן פאר רבינו שליט"א א סידור השל"ה וואס האט די חתימה און האט באלאנגט פאר הרה''ק החוות דעת זיע"א פון וועם דער רבי איז א אייניקל, דער רבי האט באטראכט די חתימה און מעיין געווען אינעם סידור בהתרגשות רב און געזאגט אינעם סידור דעם לשם יחוד פארן תפילין לייגן, בהתעוררות רב.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי''ו.
ב"ר פנחס פראנקל הי''ו.
ב"ר משה באסול הי''ו.
ב"ר יואל ברש"נ הירש הי''ו.
ב"ר ישעי' יצחק רובין הי''ו.
ב"ר מענדל גרשון אינדיג הי''ו.
ב"ר יואל ברז"ל אינדיג הי''ו.
ב"ר אברהם דוב דייטש הי''ו.
ב"ר חיים ברוך יואל דיימאנד הי''ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד. דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער צעהלימ'ע רב זצ"ל וואס איז געווען די יארצייט, און איבער פארשידענע שטעט אין די אלטע היים וואס מען האט גערופן אנדערש ווי עס האט עכט געהייסן צוליב וואס די שטאט איז געריפן געווארן אויף די נאמען פון א ע"ז.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ ר' עזריאל מאיר קאהן שליט"א אב"ד סענדזשארדזש ע"פ בתו ע"ה אשת הר"ר ברוך יקותיאל שליט"א. און משפחת המנוח הרה"ח ר' משה יחזקאל שרגא גאלדענבערג ע"ה. און הרה"ח ר' יעקב פסח האפפער הי''ו ומשפחתו ע"פ אשתו /אמם ע"ה.

פארנאכטס האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ע"פ אחותו ע"ה. און משפחת ראטה ע"פ אחיהם ע"ה. און משפחת נאווי ע''ה ע"פ אמם ע"ה.

נאכמיטאג איז ע"פ פקודת הקודש פון רבי'ן שליט"א פארגעקומען דרשות אין אלע 9 סניפי הישיבה קטנות שע"י מוסדותינו הק' אין קרית יואל, בחומר ענין קדושת ביה"ח מקום מנוחת קדשם פון רבותינו הק' זיע"א, און געפאדערט בעתיד פון אלע תלמידי הישיבה זיך זיך צו פירן א איידעלע הנהגה בין אדם לחברו און זיך נישט לאזן אריינשלעפן אין קיין געמיינע התנהגות פון די עטליכע יחידים וועלכע קומען און זוכן פראוואקאציעס, נאר זיך פירן ווי ס'פאסט'זיך פאר תלמידי ישיבתינו הק'.

פארנאכטס ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' אליעזר זוסיא רייז הי''ו - ר' בערל ראזענבערג הי''ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש און צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️