בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ד ניסן תשפ"ב4/25/2022

באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

דאנערשטאג ערב יו''ט נאכמיטאג האט רבינו שליט''א געמאכט דעם עירוב תבשילין און מזכה געווען דורכ'ן הויז בחור הב' החתן אלתר ברוך גפן הי''ו.

פארנאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו כנהוג, מערבית: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א, ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה. נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט 9:25.

ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום ערישה''ט בביהמ''ד הגדול, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני שבח והודי' לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ליפא ט''ב שליט''א (ירושלים) בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויושע ה' ביום ההוא את ישראל מיד מצרים' און פארענטפערט די סתירה אין רש"י וועלכן טאג די אידישע קינדער האבן געזאגט די שירה, אז די אידן האבן געזונגען צוויי מאל שירה פארן באשעפער איינמאל אױפן עצם הנס און א צווייטע מאל אויף דעם אז זיי האבן די זכיה צו זאגן שירה, אויף דעם אליינס דארף מען לויבן דעם אייבערשטן, און היינט אז מיר האבן די זכיה און דעם טאג צו זאגן די זעלבע הייליגע ווערטער בעטן מיר דעם באשעפער 'ויהיו נא אמרינו לרצון לפני אדון כל' און עס זאל משפיע זיין כל מיני השפעות טובות.

נאך די תורה האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה לכבוד היום, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן ויושע און געטאנצן אינאיינעם מיט'ן ריזן ציבור די שירת הים, בריקודי קודש ובהתלהבות אש א לענגערע צייט.

ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט 1:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️