בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ט ניסן תשפ"ב4/20/2022

באריכט
דינסטאג ב' דחוה"מ

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית בביהמ''ד הגדול ארום 10:10. שחרית: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי''ו.דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק און צו הלל צוגעגאנגען צום עמוד.

ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ג ר' חיים הערש מענדלאוויטש שליט''א און ר' יואל וויינבערגער הי''ו. עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א, לוי: הרה''ח ר' שמואל בערגער הי''ו (וומסב''ג), שלישי: בעל ברית ר' חיים בנציון ניימאן הי''ו, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' חיים בעריש פילאפף הי''ו, גלילה: הרה"ח ר' שבתי יעקב ווערטהיימער הי''ו, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה ספר שני: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו, גלילה: ר' ישראל מענדל שווארץ הי''ו, מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו. מען האט געענדיגט ארום 11:50.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים בנציון ניימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז דער רבי אריבער געקומען אויף א באזוך אינעם היכל התורה בביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די פילצאליגע לומדים און דערנאך צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.

פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט., און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג משמיע זיין דעם דבר ה' ביי די אסיפת השנתית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.

ארום 9:05 איז דער רבי אנגעקומען בביהמ''ד הגדול דער רבי האט געדאווענט מעריב, בעל תפילה איז געווען משב''ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן ארון הקודש דער רבי האט מתפלל געווען א תפילה חרישה, און אנגעהויבן די דרשה מיט א עיון'דיגן פלפול בסוגיא ד'מצות צריכות כונה' וואס דער רבי האט געלערנט די לעצטערע וואכן בהיכל הישיבה, און איז דאן אריבער צו א דרוש און די סוגיא לכבוד יו"ט, און דערנאך צו דברי אגדה ומוסר, און דערביי מחזק געווען די חבורות דקהלתינו הק' בלימוד התורה, ובפרט די חבורת 'שונה הלכות' וואס מען הייבט אן א נייע מחזור, און מעורר געווען בעניני תפילה, צניעות, טעכנעלאגיע, חינוך הבנים.

דערנאך האט רבינו שליט''א ארומגערעדט איבער דעם יעצטיגן מצב בגזירות החינוך אין ניו יארק, די התחייבות וואס ליגט אויף יעדע איד איש וביתו למען ה' ותורתו הקדושה צו שיקן פאר די רעגירונג אונזער קעגנערשאפט צו די גזירות החינוך דורך שיקן די בריוון אקעגן די פרישע גיידליינס‏, דער רבי האט ארויסגעברענגט דעם שטורעם וואס די בריוון האבן פארגאנגענע מאל אנגעמאכט אין די רעגירונגס קארידארן, און אז דער כח טאר נישט אפגעשוואכט ווערן אויב וועט דאסמאל אריין קומען ווייניגער וועלן זיי עס אויסטייטשן אז די קעגנערשאפט איז חלילה אפגעשוואכט געווארן. דערנאך האט דער רבי שטארק ארויסגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיין ווייטאג אויף די א.ג. ‏עסקנים וואס ארבעטן אויף די גזירות, ''ליידער זענען זיי פאררעטערס!" זיי ארבייטן אויף פשרות מיט די רעגירונג היל''ת, ''איך שטיי דא אין א מקום קדוש אין א ביהמ''ד איך וויל עדות זאגן, זיי זענען געקומען צו מיר איך זאל געבן די הסכמה אויף פשרות מען האט איינגעטהנעט מיט מיר אז מען מוז מאכן פשרות און איך זאל געבן די הסכמה, ''אידן מיט בערד און פאות און גייען שטריימלך זענען געקומען צו מיר אויף קרית יואל בעטן איך זאל אויך מסכים זיין, זיי זענען מסכים און איך אויך זאל געבן די הסכמה''. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער דעם איסור חמור פון ציונות דער חומר הענין פונעם עצם רעיון הציוני און מייסד זיין א מדינה פאר ביאת המשיח, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

נאך די דרשה האבן אנ''ש געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני רבם ברגל, ווען א לענגערע צייט איז רבינו שליט''א געשטאנען און דער גאנצער עולם איז אריבער לברך ולהתברך בברכת החג. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.14K