בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח ניסן תשפ"ב4/19/2022

באריכט
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' אלעזר מענדל פילאפף הי''ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. און דערנאך געגאנגען אין מקוה.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 12 מאל תורה. ארום 1:45 האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורכן געטרייען 'הויז בחור' הב' דוב אלטר ברוך גפן הי''ו.

ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל און די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:30.

נאכן סדר איז דער רבי אריבערגעגאנגן אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין פאליש ווי מ'האט געזינגען אחד מי יודע און חד גדיא און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן נוסח הפיוט 'פודה כהלכה צדיקיו יאמרו לו' אפילו פרעה איז געווען מצווה משעבד צו זיין די אידן איז ער נענש געווארן וויייל מצוות צריכות כוונה און ער האט אוודאי נישט אינזין געהאט מקיים זיין די ציווי השם. מען האט געענדיגט 4:10.
יום ב' דפסח

דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:00. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל ברי''א וויינבערגער שליט''א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי וועכטער הי''ו (וומסב''ג) און הרה''ח ר' חיים אהרן קליין הי''ו. פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' מאיר מייער שליט''א (ב"פ).

עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה כ''ץ הי''ו, לוי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, שלישי: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, חמישי: רבינו שליט''א, הגבה ספר ראשון: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א דיין בבי''ד צדק, גלילה: הרה''ג ר' פישל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

מפטיר: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו: הגבה ספר שני: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו, גלילה: הר''ר יואל בהרי''ח גרינוואלד הי''ו.

מוסף: הגה''צ הדומ''ץ שליט''א פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' יודא פנחס שטראהלי הי''ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' לוי יצחק קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי און מכבד געווען מיט אשר הני: נכדו הרב הערשל מייזליש בן חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, שושנת יעקב: נכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בענין: אז דורך דעם וואס מען פירט זיך בענווה ווען מען טוט תשובה ווערן די זדונות זכיות. ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו.

8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ג ר' חיים אלישע גראסמאן שליט''א. אפאר מינוט נאכן זמן אז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב עס האט געדאווענט פארן עמוד הרה''ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צו ספירה.

נאך הבדלה איז מען אריבער וואונטשן א גוט מועד, מען האט געענדיגט ארום 9:00.

זך שוכן מעונה קומם קהל עדת מי מנה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️