בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח ניסן תשפ"ב4/19/2022

באריכט
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. קבלת שבת ומערבית: הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט שבת א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש.

די סדרים האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' כשתילי זיתים סביב מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.

פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך. ארום 11:00 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, צום ערשט זיך אראפגעזעצט און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע, און דערנאך אנגעהויבן שלום עליכם ברגש ובנעימה ביז מלך תמים דרכו, אשת חיל: נכד רבינו הב' יואל בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. דער רבי האט געשמעקט בשמים אזוב, און זיך אראפגעזעצט מסדר זיין די קערה, די מצות און די סימנים.

דערנאך האט דער רבי געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, נכד רבינו הילד משה בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש ביי ביידע סדרים. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש. במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט צען מאל דברי תורה, תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם מאמר הזוה"ק פיקודא בתר דא,
פאר מה נשתנה האט דער רבי געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף כנהוג אצל רביה''ק בעל ברך משה זיע''א עפ"י מנהג בעלזא.
בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען. דער רבי האט געזאגט דעם סדר ההגדה ברגש ובנעימה, נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות.
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' ישכר בער בן הגה''צ ר' ברוך שליט''א רב דביהמ''ד ברך משה. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות. דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג, דערנאך האט מען געזינגען והוא שעמדה און לכבוד שבת אז ביום השביעי. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים ברגש קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️