בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday14 Nissan 57824/15/2022

Report
פרייטאג ערב יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברמ''א שעהנברוין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול, מען האט געדאווענט במהירות כנהוג, און נאכן דאווענען נישט געזאגט קיין תהילים. דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און טועם געווען חמצ'דיגע ביר און אהיים לביתו נאוה קודש, ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.

ארום 10:35 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד און אריינגעווארפן דעם לולב און דעם חמץ אינעם פייער, צוגעווארט עס זאל ווערן פארברענט אינגאנצן און געזאגט כל חמירא בהתעוררות רב מיט די יהי רצון'ס, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.

ארום 3:00 איז דער רבי אנגעקומען, נאך די מקוה, צו די מצה בעקעריי בבנין ישיבה קטנה אויף די געציל בערגער גאס, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט אהנגעטוהן דעם שירצל און אריינגעגאסן וואסער אין די מעל לשם מצות מצוה, דערנאך צוגעגאנגען צום טיש און געטיילט טייגלעך און געוועלגערט עטליכע טייגלעך און דערביי געזאגט פסוקי הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, שפעטער האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די אויווענ'ס, און דערנאך גענומען חלה מיט א ברכה.

דערנאך אום 4:10 איז דער רבי אריבער צו די גרויסע מצה בעקעריי דקהלתינו הק' אויף דינוב קט. און זיך אומגעקוקט אויף די סדר האפיה ווי מ'באקט די מצות מצוה פארן גאנצן עולם, און האט אריינגעגאסן וואסער אינעם מעל לשם מצות מצוה, און דערנאך איז דער רבי אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.

שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש צו אפברענען די ליכט לכבוד יו''ט, און זיך אומגעקוקט אויף די צוגעגרייטע טישן פאר די הונדערטער חתנים צום סדר בליל התקדש חג הפסח.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️