בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ג ניסן תשפ"ב4/14/2022

באריכט
יום בדיקת חמץ - שריפת חמץ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

דאנערשטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ


פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' שמעון יואל קליין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט די חתנים פון ארץ ישראל און אייראפע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די סדרים במחיצת הקודש.

פארנאכטס ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.

ארום 7:55 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צום מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי תושבי קרית יואל, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויף די גמרא אין מס' פסחים אויף די אנשי פפוניא וואס האבן נישט געוויסט וואס איז מים שלנו, און ארומגערעדט דברי הכנה צום יו"ט פסח, דורך שעפן מים שלנו איז מען ממשיך א קדושה אינעם מצה און עס איז מטהר ומקדש ומביא רפואה בעולם סיי ברוחניות עס לעשט אויס די תאוות עולם הזה ובגשמיות עס איז משפיע רפואות לחולי ישראל, דורך מאכן א הכנה בזהירות ובשמחה נאך פארן מקיים זיין די מצוות מצה ברענגט עס אריין א קדושה אין אונזער גוף, אשרינו ומה טוב חלקנו ומי ידמה לנו. דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט לשם יחוד און געשעפט די וואסער לשם מצות מצוה און אריינגעגאסן אין די קריגלעך, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ודייני קהילתינו צו שעפן מים שלנו. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ בריקודין של שמחה וקדושה אשר בחר בנו מען עם א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ביים זמן ר"ת איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בהיכל הביהמ"ד. נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט בודק חמץ געווען, דער רבי איז ארויס צום דרויסענדיגע צימער און געלייגט די צען ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, און געמאכט די ברכה על ביאור חמץ, און בודק געווען דאס גאנצע הויז , און דערנאך געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט ביינאכט איז דער רבי געזעצן א לענגערע זמן און איבערגעגאנגן די רשימות פון אלע קמחא דפסחא נדבות אין די אסטראנאמישע סכומים, וואס דער רבי האט ארויסגעשיקט לכבוד יו"ט דאהי פאר אידן נצרכים, און אין ארה"ק פאר אלע אנ"ש אין ירושלים, בני ברק און בית שמש יצ"ו, ווי דער רבי האט נאך פארענדיגט ארויסצושיקן די לעצטע צדקות פאר יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 812