בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט"ו כסלו תשפ"א12/1/2020

באריכט
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" --במעמד קהל רב "בליל המיועד" -פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#4
העמיר געוואויר ווערן... דאס איז זיכער אז פאראדייס האט בה נישט געקענט אקאמאדירן דעם ריבוי עם בליעה"ר וואס קומט זיך יערליך צוזאם ביים 'נאכט פון יאר'. אבער היי יאר איז דאך אן אנדערע מעשה, מגייט דאך באנייען דעם "פרעכטיגן און גרויסן אודיטאריום", א זאל וואס באשטייט פון ארום 12,000 סקווער פיס! דאס איז טויזענטער ס"פ מער ווי פאראדייס מיט'ן שאטער אינאיינעם, האפט מען אז דעם קומענדיגן מוצש"ק וישלח וועט זיין 'אביסעלע' רווח בין עד"ה לעד"ה.

גראדע באטאנען מסיבה-עקספערטן, אז פאר טייל מענטשן וועט דער פלאץ גאר אויסקוקן 'קלענער'... "צוליב דעם מאיאסטעטישן 24-פיס- הויכן דאך וואס מאכט דאס פלאץ אויסזען ווי איין קעסטעלע"... אבער נ'אכן פלאצירן "עטליכע הונדערט" זיצן מער ווי ביז היינט (!). בלייבט שוין נישט איבער קיינע ספיקות.
👁 158