בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday11 Nissan 57824/12/2022

Report
דינסטאג פרשת אחרי א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אלי' מאיר גוטמאן הי''ו.
ב"ר שלמה יואל לעבאוויטש הי''ו.
נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, און דער רבי האט געזאגט די יהי רצון כנהוג.

נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה בחדרו הפרטי האחים הנגידים לבית וויינשטאק הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויפן זכות אדיר בית התבשיל וואס זיי האבן אפגעקויפט אינעם בנין התלמוד תורה החדש 'בנין קליין' במוסדותינו הק' קרית יואל, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפגעגאנגען אין היכל התורה היכל צבי ויצחק ראזענבערג ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט פאר א לענגערע צייט אויף די פיל געפאקטע היכל מיט לומדים בישיבת בין הזמנים מיט א שטארקע קורת רוח.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די שאלות פון חמץ בפסח וואס מאכט זיך ווען מען פארט אויף א פליגער אום חול המועד פסח.

פארנאכטס ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 12:45 אויפדערנאכט ווען דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️