בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday9 Nissan 57824/10/2022

Report
שב"ק פרשת טהרה שבת הגדול 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צו מנחה, און נאך עלינו געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הצדיקת חנה ע"ה רביצין פון מרן הקדושת יו"ט זי"ע. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה ווייס הי''ו (ב"פ). מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:35. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטריאל שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט ביי די תורה אויפ'ן טור וואס ברענגט דעם טעם פארוואס ס'ווערט אנגערופן שבת הגדול, און געטייטשט בדרך דרוש אז שבת ווערט נתברר אז השי''ת איז אחד יחיד ומיוחד און אזוי זענען די אידן ראוי לגאולה.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק', ברכהמ"ז: הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי אשר'ל מ'ראפשיץ זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ערב פסח. קה רבון עלם: הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א.

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, נאך די פירות האט מען אריינגעברענגט בונדלעך און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו בן הנולד לנכדו הרב ר' זלמן לייב ט"ב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' חיים יאקאב הי"ו (וומסב"ג). מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, ביי מכלכל חיים און ממקומך האט מען געזינגען כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו.

עליות. כהן: החתן ב"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו, לוי: החתן ב"ר יוסף משה אונגאר הי"ו, שלישי: החתן ב"ר יצחק מיטעלמאן, רביעי: החתן ב"ר יואל מענדלאוויטש, חמישי: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' יצחק איצקאוויטש הי''ו.

שביעי: הרה"ח ר' יעקב פארגעס הי"ו, אחרון: בעל שמחה ר' חיים יושע כ"ץ הי''ו - רבינו שליט"א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, מפטיר: הרה"ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמחה הערשקאוויטש הי"ו (וומסב"ג), גלילה: הרה"ח ר' יונה צבי האפמאן הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' ישראל פערל הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' הלל שפיטצער הי"ו (ב"פ), נאכן דאווענען האט מען געליינט דעם נשיא, מען האט געענדיגט ארום 12:40.

מיטאג טיש האט רבינו שליט"א געפירט בהיכל מבצר הכוללים אינאיינעם מיט די בני המשפחה, ביי קידוש האט מען אריינגעברענגט מאכלי פורים 'קינדל', 'נאנט' און 'פלוטען', ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' ברוך שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה.

נאכמיטאג אום 6:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום דרשת שבת הגדול, דער רבי האט געמאכט א ברכה און זיך מתעטף געווען בטלית און ארויף אויפן ארון הקודש און געזאגט א תפילה חרישה מיט'ן פנים צום ארון הקודש פארן אנהייבן די דרשה מיט א לענגערע פלפול בסוגיא מצוות צריכות כוונה און דערנאך בדברי דרוש ואגדה, דורך דעם וואס מען טוהט מצוות בין אדם לחבירו קען מען באקומען שכר בעולם הזה, דורך מצוות צדקה וואס אידן זענען יעצט מקיים פאר פסח וועט מען זוכה זיין צו פראווענען די יו''ט פסח בכשרות, און מעורר געווען אויף לימוד התורה, כשרות, צניעות ביי די נשים, מלבושים ביי די אינגעלעך, און גערעדט ספעציעל לכבוד די הרחבת גבולי הקדושה פון די נייע שכונות ויואל משה 'כי אתה ה' הרחיב לנו', די אחריות פון די ערשטע תושבים וואס זיי זענען די יסוד וויאזוי ס'זאל אויסזעהן שפעטער און זיי שטעלן די טאן, די זעלבע ביי די גלילות ארום קרית יואל. און מאריך געווען בדברי הכנה ליו''ט פסח ווי מען זאל מקיים זיין די מצוות היום, למען תספר באזני בנך ובן בנך מען זאל עס פארציילן אויף אזא אופן מען זאל עס קענען איבערגעבן אויף ווײטער, און געוואונטשן עס זאל אריבערגיין דער יו''ט בשלום אן א מכשול. מען האט געענדיגט ארום 7:35 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הי"ו, כהן: הרה''ח ר' אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן), לוי: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג), שלישי: חדב''ן הגה''צ ר' שמעון זאב שליט''א רב דביהמ''ד ישמח משה, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אלעזר גאלדבערגער הי''ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן טור א טעם פארוואס עס הייסט שבת הגדול, דער תכלית פון קרבן פסח איז מקריב זיין זיך אליינס פארן הייליגע באשעפער מיט א מחשבה פון מסירות נפש, אבער אויב מען איז ח''ו געבינדען בתאוות גשמיות קען מען נישט צוקומען צו מסירות נפש, דורך שמירת שבת קודש וואס איז מסוגל צו מכניע זיין דעם גשמיות קען מען צוקומען צו דעם.

ידיד נפש: הרה''ח ר' נפתלי אונגאר הי''ו (וומסב''ג) קל מסתתר: הרה''ח ר' זושא רובין הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי''ו, מען האט נישט געזאגט ויהי נועם ואתה קודש. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, ביים ענדיגן איז דער רבי ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און געוואונטשן א גוטע וואך א גוט חודש א חג כשר ושמח. מען האט געענדיגט 10:15.

מוצש''ק איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די סיום כתיבת ספר תורה פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך מתפללי ביהמ''ד שער התפילה דטשערנאוויץ בראשות הרב ר' נפתלי שנעעבאלג שליט''א חתן הגה''צ הדומ''ץ שליט''א און ווערט אריינגעגעבן דעם וואך צום ביהמ''ד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️