בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday14 Kislev 578111/30/2020

Report
"טועמי' ארויסגערינען פונעם דינער-הויפטקוואטיר"
קורצע גריסן פון די הכנות צום גרויסן דינער "בנפשי" -מוצ"ש וישלח פאר מוסדותינו הק' קרית יואל מיט אירע אריבער 10,000 קינדער בליעה"ר.

#3
קאראנע קאראנע קאראנע... שוין גענוג גערעדט דערפון! שוין גענוג איבערגעקייט וואס ס'האט זיך אלס אפגעטון אין מיין 'הויז חדר'.

אבער איין זאך זענט איר יא נייגעריג: וויאזוי איז געווען "יענעמ'ס גרינע גראז...", וואס האט זיך אפגעטון ביי 'יענעם' אין דעי תקופה, וויאזוי האט מיין שכן זיך געפארעט מיט זיינע נייע-געווארענע בנים הקרויים תלמידים... און וויאזוי האט אלס אויסגעקוקט אין די אויגן פון די קינדער זעלבסט?

ביי א "באצויבערנדע פרעזענטאציע" וואס וועט אויפגעשפילט ווערן ביים דינער אי"ה, וועט איר דאס מיטהאלטן 'לעבעדיג', באגלייט מיט פארשידענע אמת'ע עפיזאדן דאן אפגעכאפט, ארויסגעבנדיג סודות פון הונטער 'אסאך' קוליסן.