דאנערשטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' משה ארי' ברש''ה עקשטיין הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר דוד יודא זילבערשטיין הי''ו.
ב''ר יואל גאלדשטיין הי''ו.
ב''ר חיים זלמן שעהר הי''ו.
ב''ר ארי' ווייס הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד און געגעבן די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 1:00. נאכן סוגיא שיעור איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל סיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים און נאכאמאל געבעטן אלע בחורים צו לערנען מס' הוריות פון ר''ח ניסן און מסיים זיין ביומא דהילולא פון רבינו הברך משה ז"ל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.
שישו ושמחו בשמחת התורה כי הוא לנו עוז ואורה
נאכמיטאג איז פארגעקומען די גרויסארטיגע שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל דורך די תלמידי הישיבה אינאיינעם מיט משפחת הרה''ח ר' נחמי' ניימאן הי''ו לע''נ בתם ע''ה.
ארום 5:00 איז די ס''ת ארויס פון ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט''א ראש הישיבה, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצט אויפן פלאץ בהתלהבות אש פאר לענגערע מינוטען און דערנאך מיט געטאנצן און באגלייט די ספר תורה אונטער די חופה לענגאויס צאנז קט., און מכבד געווען די מנהל הישיבה הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י און הרה''ח ר' גרשון מענדל ניימאן הי''ו ובנו הרה''ח נחמי' הי''ו צו טאנצן.
דערנאך איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש ווי עס איז געקומען אויף א באזוך בקודש פנימה הגה''צ רבי משה בראנדסדארפער שליט''א גאב''ד היכל הוראה בירושלים עיה''ק, עס איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע אינטערעסאנטע שאלות פון זמן קריאת המגילה אין פארשידענע מקומות איז אר"י, מצות, כשרות און שחיטה, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און אים געגעבן א מתנה ספרו הגדה לב אהרן און אריינגעשריבן כאות ידידות, דער רבי האט אים געלאנדעט אויף זונטאג צו קומען זעהן דעם בית השחיטה און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל צום חגיגת הכנסת ספר תורה, רבינו שליט''א האט איבערגענומען די ס"ת און געטאנצן באש קודש פאר א לענגערע צייט און דאן מכבד געווען דעם מנהל הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א צו טאנצן מיטן ספר, דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי אלע בחורים מתלמידי הישיבה וועלכע האבן געלערנט פון 36 שעות רצופות און העכער ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש. מען האט געענדיגט ארום 8:15.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:20 ביז 11:30. ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברב''י קראוס הי''ו - ר' יחזקאל שרגא כ''ץ הי''ו.
ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סעודה לגמרה של תורה, דער רבי איז ארויס אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן מנהל שליט''א, די משפחה און פאר אלע בחורים און משמיע געווען קורצע דברות קודש והדרכה לימי בין הזמנים. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️