בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday27 Adar II 57823/30/2022

Report
דינסטאג פרשת תזריע 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל יערמיאש הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח הישיבה וועלכע איז אפען ביזַ יו"ט פסח, און ווארעם אנגעווינטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר די בחורים.

פארמיטאג אום 1:45 האט רבינו שליט"א געגעבן דעם פיפטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, מען האט געענדיגט ארום 2:20, אויפן וועג ארויס האט דער רבי משיב געווען און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט.

נאכמיטאג איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון פון נכדת מרן רבינו שליט''א הכלה בת הגה''צ ר' יואל שליט''א רב דביהמ''ד בית ברוך, אין שטוב פונעם אבי הכלה הגה''צ ר' יואל שליט''א. ארום 4:00 איז דער רבי אנגעקומען, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די חשובע זיידעס הרבנים הצדיקים שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס איבער די יחוס פון די חתן וכלה למעלה בקודש, און סיפורים ועבדות פון די גרויסע זיידעס מייסדי השלשלת, דערנאך האבן חתן כלה מקבל קנין געווען, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור.

ביים ארויסגיין האט דער רביַ געוואונטשן פאר די כלה, און דערנאך געדאווענט מנחה. נאך מנחה האט דער רבי מסדר געווען די תנאים און דער חתן האט מקבל קנין געווען, און מען האט קובע געווען דעם זמן פון די מסיבת הנאים אויפן קומענדיגע חול המועד פסח.

דערנאך איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א בבית הגה''צ ר' יואל שליט''א, הגה"צ ר' לייבוש האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז גריבוב ב"פ לרגל די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן קיין מאנסי ווי דער רבי האט מנחם אבל געווען הרבני הנגיד ר' בנימין פילופסאן הי"ו ע"פ אשתו ע"ה. און פון דארט איז דער רבי געפארן קיין וומסב''ג. ביים אהנקומען איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין הרה"ח ר' זלמן לייב ואחיו הרה"ח ר' מענדל מאיר גליק הי''ו ע"פ אמם ע"ה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער געגאנגן לבית מדרשינו המפואר בנין בראך צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך הנהלת ישיבה לצעירים וומסב''ג לכבודו פון החתן הרב יעקב אהרן קראסנפעלד הי''ו, מיוחד פאר די חברה משכימי קום שע''י ישיבה לצעירים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן און פארן מחותן, פאר הגה''צ אבד''ק שליט"א און פאר די רמ''י הישיבה, און דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט קורצע דברות קודש בגודל ענין השכמה בבוקר ללימוד התורה.

דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:30 ביז אום 1:00 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג. אום 11:50 האט דער רבי האט געדאווענט מעריב און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. בשעת די זמני כניסה זענען געווען אויף א קורצע אסיפה עטליכע הויעכגעשעצטע עסקנים ואישי הציבור בנוגע דעם מצב פון אחב"י פליטי אוקריינא וועלכע קומען אהן קיין אר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️