בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"א אדר ב' תשפ"ב3/24/2022

באריכט
דאנערשטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה 'מעיין התורה' במוסדותינו הק' בבארא פארק. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יהודה שעהר הי''ו.
ב"ר יואל פאסטערנאק הי''ו.
ב"ר ישראל יודא יעקב גאלדבערגער הי''ו.

דערנאך האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א. פאר הודו האט מען געזאגט די תפילה קודם התפילה פון רבין ר' אלימלך זיע"א, בשעת רבינו שליט''א האט מאריך געווען בדמעות שליש וואס האט זיך פארצויגן נאנט צו א האלבע שעה. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד לרגל די יומדהל"ק, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים, די מגי"ש און פאר אלע בחורים, און דאן משמיע געווען דברות קודש בגודל קדשתו ואורו הבהיר פונעם בעל הילולא וואס האט איבערגעלאזט א רשימה דקדושה ביז צום היינטיגן טאג, אז דאס אז עס איז נאך דא א איד היינט מיט יראת שמים איז נאר אדאנק די כח הקדושה פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע, און דערנאך ארומגערעדט איבער די הייליגקייט פון די תפילה קודם התפילה, און מסיים געווען בדברי שבח פון די ישיבה וברכת קדשו.

פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די צווייטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצוות צריכות כוונה' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40.

דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן בנין הישיבה ווי די בחורים זענען עוסק אין מאלן ווייץ לקראת יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר הטחינה און דערנאך אליינס געמאלן די ווייץ בטירחא דגופא פאר א לענגערע צייט.

נאכמיטאג אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדען 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב קעסלער הי''ו - ר' יואל בר"א קויפמאן הי''ו באולם כינור דוד.
ר' צדוק היילברוין הי''ו - ר' יואל עפשטיין הי''ו באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הגה''צ ר' שלמה זאבעל שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' בקר''י ע"פ אחיו הרה"ח ר' אשר זאבעל ע''ה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:30, ארום 9:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו - ר' יצחק שטויבער הי''ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️