מאנטאג פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' חיים בערקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף דברי יואל'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יושע ווייס הי''ו. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק ב', און דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' לוי יצחק פעדער הי''ו - ר' שאול יחזקאל גראס הי''ו, באולם קרן ויואל משה.
ר' פנחס פראנקל הי''ו (וומסב''ג) - ר' שמואל הערש פעלדמאן הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' מנחם ישעי' לעווי הי''ו - ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 7:45 ביז 11:50.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די מחותנים ר' יואל צבי פילאפף הי''ו (מאנסי) - ר' יואל ברי''ח ביקעל הי''ו.
רבינו שליט"א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש. און נאך מעריב האט זיך געשטעלט צום פארהער ביים רבי'ן הב' משה דוד בן הר''ר מנחם זאב מקובצקי שליט''א (קר"י) ממציוני תלמידי המתיבתא - סניף דברי יואל, אויף טויזענט פינעף הונדערט בלאט גמרא בע"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️