בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday11 Kislev 578111/27/2020

Report
גרויסארטיגער קאמפיין "להגדיל" וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר' וישלח צו קענען ארויפציען צוויי פרישע שטאק אויפ'ן בנין בית רחל דסאַטמאַר אין מאַנטשעסטער
עיני אחינו היקרים נשואות אליכם! די מסירות נפש'דיגע עסקנים; חברי הנהלת בית רחל און כלל סאטמארער חסידים אין מאנשעסטער ערווארטן אן אויסגעשטרעקטע האנט מיט הילף פון אלוועלטליכן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר צו קענען אויספירן דעם "הרחבת גבולי הקדושה" מיט'ן העלפן פינאנצירן קאסטבארער פראיעקט פון איבער 750 טויזנט פונט
מאַנטשעסטער. – סאטמארער חסידים די בכל אתר ואתר גרייטן זיך אין די טעג, צום גרויסן "מעטשינג" קאמפיין וועלכע האט באקומען דעם נאמען "להגדיל", וואס איז אפיציעל באשטימט געווארן אויפ'ן קומענדיגן זונטאג און מאנטאג פר וישלח, י"ג און י"ד כסליו הבעל"ט, לטובת דעם גרויסן פראיעקט פון קענען ארויפציען צוויי פרישע שטאקן אויפ'ן ביז איצטיגן בנין פון "בית רחל דרבינו יואל דסאטמאר" אין דער שטאט מאנטשעסטער יצ"ו, וועלכע איז געצילט צו פינאנצירן דעם קאסטבארן הרחבת גבולי הקדושה פראיעקט פון איבער 750 טויזנט פונט, וואס דארף דריגענד געשאפן ווערן דורך אנשי שלומינו אחים לדעה איבער דער גארער וועלט.
דער איצטיגער אקציע איז א יסודות'דיגער פאר'ן עצם קיום און עתיד פון סאטמארער חסידים אין מאנטשעסטער! עס איז די רעדע פון אוועקשטעלן דעם פונדאמענט פאר'ן יסוד היסודות, פאר'ן יסוד הקהלה והמוסדות פון די אייגענע און גאר נאנטע ברידער אחינו לדעה הצמודים ללבינו; נעמליך, פשוט צושטעלן א דאך איבער'ן קאפ, און א היים פאר די טייערע טעכטער פון סאטמארער חסידים אין שטאט מאנטשעסטער, אז זיי זאלן אויך האבן די מעגליכקייט צו קענען שיקן זייערע קינדער נתחנך ווערן ליר"ש, צניעות ומידות טובות ובכל יסודי הדת, מיט'ן סאטמארער חן און ערליכקייט, ווי ס'פאסט פאר תלמידות בית רחל, אויף דעם דרך הסלולה לנו מרבותינו הק' זי"ע, ווי ס'ווערט ווייטער נמשך בגאון ובעוז דורך יבלחט"א מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
מיט איבער פיר יאר צוריק, באלד נאָכ'ן התחדשות פון דעם מוסד האָבן די געטרייע חברי הנהלה, העוסקים בצרכי ציבור באמונה, זיך אַריינגעוואָרפן אין די אַרבעט, צו טרעפן א פּאַסיגן לאָקאַל פאר דעם מוסד צו ברענגען הרחבת הדעת פאר די טייערע תלמידות. די שולע איז קודם נתייסד געוואָרן אין א געדינגענעם לאָקאַל, אָבער מיטהאַלטעדיג די געוואַלדיגע הצלחה, ווי דער מוסד שטייגט און בליהט, האָט מען גלייך געזען אז מ'מוז ערנסט זיך פאַראינטערעסירן אויף א פּאַסיגן לאָקאַל וואָס מ'קען אָפּקויפן כדי דאָרט פערמאנענט אַהערצושטעלן דעם מוסד כראוי וכנכון.
נאך פארשידענע ערליי פארשלאגן און מעגליכע פראיעקטן האט מען בעזה"י מצליח געווען, עפ"י עצת קדשו ובברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, אנצוקומען צו דעם בעסטן מקום, א גאָר צוגעפּאַסטן לאָקאַל, אין צענטער פון די היימישע געגענט, א בנין נאה ומפואר וואס האט די מעגליכקייט צו קענען פארברייטערט ווערן לויט'ן געברויך.
באלד נאכדעם וואס מ'האט בשעטו"מ אריינגעטרעטן אינעם מקח האָט מען אָנגעהויבן אויסצואַרבעטן די פּלענער פון דעם נייעם בנין, ווען צום אלעם ערשט איז אונטערגענומען געווארן אן העפטיגע רענאָוואציע אויף די עקזיסטירנדע צוויי שטאָקן, אַהערצושטעלן גענוג קלאַס-צימערן, עס-זאל, אָפיסעס און אלע אַנדערע געברויכן, צו קענען מחנך זיין די תלמידות עצהי"ט.
איצט איז אבער געקומען די צייט ווען עס איז געווארן "צר לי המקום" און ווי מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאן ביים שליסן דעם ערשטן מקח געזאגט "זה הגדול קטן יהיה"... און עס פעלט זיך שוין איצט דריגענד אויס אַרויפצובויען צוויי פרישע גרויסע שטאָקן כדי צו קענען אַקאָמאַדירן דעם גאַנצן מוסד אין דעם איצטיגן מאמענט.
דאס ארויפציען די צוויי פרישע שטאקן ציהט אריין אין דעם פאנטאסטישן סכום פון "750 טויזנט פונט" אין צוגאב צו אלע אנדערע אויסגאבן וואס ס'איז ערווארטעט אפצוקאסטן דאס רענאווירן אלע חלקים און אריינברענגען די צוויי פרישע שטאקן אין פאקטישן באניץ פאר'ן מיידל-שולע.
צום עפענונג פונעם "להגדיל" מעטשינג קאמפיין ווענדט זיך די חשוב'ע חברי הנהלת המוסד און ועד קרן הבנין מיט א הייסע רוף לכל הקהל הקודש אחים לדעה נדיבים בעם תלמידי וחסידי סאטמאר: "אחינו היקרים אנא! עורו נא והתעוררו נא! העלפט אונז ארויס מיט דעם שווערן אונטערנעמונג און שליסט אייך אן מיט גרעסערע סכומים פאר דעם "להגדיל" קאמפיין, אין וועלכן עס איז אפהענגיק דער עתיד פון חינוך הבנות און די ווייטערדיגע הצלחה פון קהל עדתינו, ק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער יצ"ו, וביחד נבנה לה' אלקי ישראל".
ונתתי להם בביתי יד ושם טוב שם עולם אתן לו אשר לא יכרת!
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם