בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday27 Adar I 57822/28/2022

Report
מאנטאג פר' פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט באזוכט אין די שטאטישע מקוה און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן חלק הכשרות, און דערנאך איז דער רבי געגאנגן דארט אין די מקוה.

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, הגבה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, גלילה: משב"ק הב' אלתר ברוך גפן הי"ו. נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אהיים לבית האכסניא און נאך פת שחרית האט דער רבי זיך ווארים געזעגענט און באדאנקט פאר דעם בעל אכסניא הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א ומשפחתו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך בהיכל כוללינו במאנטשעסטער ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א קורת רוח אויף די לומדים. אויפן וועג צום עירפארט איז רבינו שליט"א אריבערגעפארן דעם בנין התלמוד תורה ווי די קינדער האבן באגלייט בשירה וזמרה, און פון דארט צום בנין הבית רחל ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידות ומחנכות.

דערנאך איז רבינו שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אינעם בית השחיטה דק"ק מחזיקי הדת אין באגלייטונג פון די ראשי הקהלה, און פון הגה"צ דומ"ץ בעלזא וועלכער איז דער רב בבית השחיטה, ווי דער רבי האט בודק געווען חלפים און זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן סדר פון די בית השחיטה, וואס דער רבי האט זייער באוואונדערט.

ארום 12:45 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם מאנטשעסטער עירפארט און באגלייטונג פון הגה"צ אבד"ק שליט"א ונכבדי העדה מיט וועם דער רבי האט זיך ווארים געזעגענט. עס האט אפגעווארט דעם רבין דער טשאפלעין פונעם עירפארט ר' יוסף סאנדלער, נאך וואס אלעס איז געווארן מסודר איז רבינו שליט"א ארויף אויפן פליגער, און בערך אים 2:20 האט זיך בשעטו"מ געהויבן דער פליגער אויפן וועג קיין ניו יארק. אויפן פליגער האט דער רבי א לענגערע צייט עוסק געווען בתורה במסכת כתובות, און שפעטער אין די סוגיא ד'חדש.

ברוך הבא בשם ה'

נאכמיטאג אים 4:45 האט די פליגער בשעטו"מ געלאנדענט אינעם JFK עירפארט, ווי דער רבי און די פמלי' זענען תיכף אריבער די לעגאלע פארמאליטעטן. דער רבי האט געדאווענט מנחה דארט אין עירפארט, און אים 5:30 איז דער רבי ארויסגעפארן קיין קרית יואל, לביתו נאוה קודש.

אינטערוועגנס אהיים האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגה"צ אדמו"ר מחרדים זידיטשויב שליט"א און הגה"צ אב"ד באלחוב שליט"א ע"פ אחותם הרבנית הצד' מתולדות אהרן ע"ה.

אים 7:15 איז רבינו שליט"א אנגעקומען לביתו נאוה קודש ווי עס האבן מקבל פנים געווען דעם רבין בשירה וזמרה צענדליגער תלמידי המתיבתא, יעצט וועט דער רבי דאווענען מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️