בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי' כסלו תשפ"א11/26/2020

באריכט
ביים היסטארישן "שבת עמלי תורה" שב"ק צופרי ביים סעודה האט מורינו כ"ק הגה"צ אבד"ק ור"מ וומ"ס שליט"א אויפגעטרעטן מיטן צענטראלן דרשה און געהאלטן געשפאנט דעם ציבור איבער דעם נושא "משמעות תקופת הכולל". דער רב האט ארומגערעדט איבער דעם ציל פונעם כולל, פארוואס רביה"ק זי"ע האט מתחלה נישט געוואלט גרינדן דעם כולל, און וואס איז דער היינטיגער ציל פונעם כולל. די רב האט זייער ברייט ארויסגעברענגט דעם תפקיד פון א כולל אינגערמאן ביני עמודי דגירסא. מען דארף א שעבוד פון א מסגרת אפילו ווען ער גייט ארויס ארבעטן זאל אים דאס באגלייטן. און אז מען דארף בעטן אויף ערליכע קינדער, נישט סתם בעטן אויף קינדער. אזוי אויך האט די רב געבעטן אינגעלייט זיך קובע זיין א שיעור בספה"ק ויואל משה.
אינמיטן די דרשה איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ערשינען און זיך געוואשן צו די סעודה. דער רבי האט זיך צוגעהערט צום דרשה פון בנו בכורו וחביבו, און נאכן דרשה האט זיך די רבי באדאנקט פארן רב שליט"א "עס איז געווען א פיינע דרשה".
👁 348