בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, חלק ד'.

מוצש''ק נאך הבדלה איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע ביז ארום 10:30.

אים 10:35 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי''ו, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים דורך תלמידי ישיבתינו הקדושה 'תורה ויראה' לאנדאן. מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און זיי האבן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן טויזענטער שעות רצופות. דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות.
אויך זענען שפעטער אריין בקודש פנימה צענדליגער בחורים תלמידי ישיבת עץ חיים ווילרייק ותלמידי ישיבה קטנה במוסדותינו הק' באנטווערפן וועלכע האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א 2353 שעות רצופות און רבינו שליט''א האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים.

דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ווי עס זענען אריבער שלום נעמען פולע פרישע צענדליגער געסט פון לאנדאן וועלכע זענען ארויסגעקומען צום גרויסארטיגן כינוס אנ''ש תושבי אייראפע.

דערנאך איז פארגעקומען די חתימת שטרות פון די נדבנים החשובים וואס האבן געגעבן גרויסע סכומים און געקויפט די זכותים אדירים בבניני מוסדותינו הק' בנין ישיבה קטנה החדש און אינעם בנין הבית רחל.
משפחת לעוו הנכבדה, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו, הרה''ג ר' לייבל טויבער שליט''א, הרבני הנגיד ר' חיים טאגער הי''ו. רבינו שליט''א האט גע'חתמ'ט די שטרות מיט אלע נדבנים באזונדער און ווארים מאציל געווען מברכות קדשו.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה, זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן במקהלות אלפי אנ''ש, ווי עס איז פארגעקומען דער גרויסארטיגער כינוס כללי פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, והנחת אבן הפינה פאר בניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער בנין הישיבה קטנוה החדש, הרחבת והוספות בנין הבית רחל.

ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד אויפן פלאץ 'בורא עולם בקנין השלם זה הבנין'. במשך דעם געהויבענעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה ר' יואל קליין הי"ו ראש המשוררים בחצרות קדשינו בארה''ק און באגלייטונג פונעם נעימות קווייער אינאיינעם מיט א ילד הפלא. דערנאך האט הרב יצחק כהנא הי''ו פארגעזונגען לענגערע דברי חרוזים לכבוד המאורע.

נאך לענגערע ניגוני התעוררות האט רבינו שליט''א געלייגט די צוויי שטיינער פאר די צוויי בנינים במוסדותינו הק' אין שטאט בשעת ווען דער ציבור זינגט ניגוני תפילה להשי"ת און דערביי ווערט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי על צאצאינו ועל דורותינו.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דעם משא הקודש, דבר ה' וחובת השעה דברי חיזוק והדרכה פאר כלל אנ''ש תושבי אייראפע, ובתו''ד ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער און איבער די חשיבות פון די קהילה ומוסדות, ודברי שבח פון די חשובע נדבנים בוני הבנין, און מסיים געווען בברכות קדשו.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט פייערדיגע ריקודים פאר עטליכע מינוט. מען האט געענדיגט ארום 1:55

אשרי עין ראתה בשמחת קהלינו, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️