בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday9 Kislev 578111/25/2020

Report
גייסטרייכע ראש חודש סעודה פאר גבאי מפעל קביעת עתים
דינט אַלס קוואַל פון חיזוק פאר די גבאים אָנצוגיין מיט די עבודת הקודש
דעם פאַרלאָפענעם ראש חודש כסלו העעל"ט איז פאָרגעקומען אַ רייכע מסיבת ראש חודש פאר די חשובע גבאים פון מפעל קביעות עתים דקהלתינו הק' קרית יואל, וואו עס זענען זיך צוזאַמגעקומען די "חברותות גבאים" פון אַלע בתי מדרשים דקהלתינו הק' וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש אסאך מער פון וויפיל עס איז מעגליך זיי צו באצאלן צו דערהייבן די כוח התורה וכוח הרוחני דא אין שטאט מיטן צוזאַמשטעלן שיעורי תורה און פּאַסיגע חברותות אין אַקביעות עתלע מקצועות התורה לכל דורש ומבקש.

במשך די אסיפה האָבן זיך די גבאים מיטגעטיילט עצות און געדאַנקן פון זייער ערפאַרונג ווי אַזוי נאָך מער צו הייבן און פאַרשטערקערן די כח התורה אין אונזער שטאט, און איז געווען אַ שטאַרקע קוואַל פון חיזוק פאר די חשובע גבאים אָנצוגיין מיט זייער עבודת הקודש ביתר שאת וביתר עוז.

אַריינקומענדיג סיי ווען אימער אין סיי וועלכע פון די בתי מדרשים דקהלתינו הק', איז אַלץ א מחזה הוד מיטצוהאַלטן ווי די בתי מדרשים ווירבלען מיט לומדים חשובים, קובעי עתים לתורה, וועלכע זענען עוסק אין פאַרשידענע מקצועות התורה, וואָס איז אַלעס צו פאַרדאַנקן די מאַסיווע פעולות פון די "קביעות עתים גבאים" וועלכע זענען אַריינגעטון ראשם ורובם צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת להגדיל תורה ולהאדירה.
צו דערציילן איבער די פעולות פון און מפעל קביעות עתים לתורה, איז דאַכט זיך גענצליך איבעריג, נאָכדעם וואָס יעדער זעט דאָס אַליינס, און ווער עס קומט נאָר אַריין אין די בתי מדרשים פון קהלתינו הק' איבער די לענג און ברייט פון די שטאָט, זעט דאָס גלייך מיט די אייגענע אויגן, ופירותינו מעידין עלינו.
די פעולות פון התאחדות אברכים ווערט אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן מנהל הרה"ח ר' יושע טעללער הי"ו, וואס איז ממונה מטעם הקהלה אַהערצושטעלן די שיעורים ברבים אין ביהמ"ד הגדול מדי יום ביומו, ובפרט אין זמנים מיוחדים במשך דעם יאָר, אין די צייט ווען דער מפעל "קביעות עתים לתורה" איז קאָנצענטרירט צו פאַרזיכערן אַז יעדער איינציגער תושב אין די שטאָט האָט א שייכות צו די הייליגע תורה, און איז פאַרזיכערט מיט איינס אָדער עטליכע שיעורי תורה במשך דעם טאָג.
דער מפעל ווערט ענערגיש אָנגעפירט דורך דעם אַלעמען-באַקאַנטן איש המעש ומזכה את הרבים הר"ר יואל ברי"א וויינבערגער שליט"א, וועלכער איז דער רוח החיים און בריח התיכון פון דעם געוואַלדיגן כח התורה וואָס גייט טעגליך אַרויס פון אונזער שטאט קרית יואל. ר' יואל שליט"א, דער ממונה מטעם הקהלה רוהט נישט בייטאָג און שלאָפט נישט ביינאַכט. ווילאַנג עס איז נאָך פאַרהאַן אפילו נאָר איין איד אין קרית יואל אָדער אין די גלילות וואָס איז נאָכנישט אָנגעשלאָסן אין א טעגליכן שיעור, האָט ר' יואל פּשוט נישט קיין מנוחה דערפון, וואָס דאָס איז דער סוד פון די געוואַלדיגע הצלחה פון דעם מפעל, פּשוט דאָס וואָס הר"ר יואל שליט"א נעמט דעם גאַנצן מפעל אַזוי פּערזענליך אַלס אַן אייגענער פּראָיעקט.
צוזאַמען מיט הר"ר יואל שליט"א שטייען מיט א שטאַב מיט עסקנים, וואָס זענען אַלע איינגעשטעלט ביי די קהלה, און יעדער איינער פון זיי איז אויף גענומען געווארען מטעם הקהלה אויף אַן אַנדערן פון די קהל'ישע בתי מדרשים, אַרויסצוהעלפן דאָרט לאָקאַל פאר די מתפּללים, צונויפצופארן חברים, און פאַרזיכערן אַלע פעולות למען הרמת כח התורה.
הר"ר אברהם יוסף אקערמאן שליט"א – גבאי ביהמ"ד אבני צדק,
הר"ר דוד צבי גראס שליט"א – גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר עמרם בר"ד כהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד ישמח משה,
הר"ר מרדכי ברי"ל קאהן הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר מנחם זאב טייטלבוים הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית מרדכי,
הר"ר אברהם לייב לאנדא הי"ו - גבאי ביהמ"ד ברך משה,
הר"ר שלום וואלדמאן הי"ו – גבאי ביהמ"ד אוהל פיגא,
הר"ר אברהם עביר שווארץ הי"ו - גבאי ביהמ"ד בית ברוך,
הר"ר יואל שלום לאוב הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר יצחק פנחס עסטרייכער הי"ו – גבאי ביהמ"ד דבלומינגראוו,
הר"ר בנימין יוסף סופר הי"ו – אפיס דקביעות עתים,
הר"ר נפתלי זינגער הי"ו - גבאי רב טוב ובית שמואל בנימין,

און הר"ר יואל אַליינס? אויסער וואָס ער איז אָפציעל דער ממונה פון דעם מפעל אין ביהמ"ד הגדול, איז אין לו מנוחה... און לויפט טעגליך אַרום אין די בתי מדרשים איבער די שטאָט, דאָ זיך צו טרעפן מיט די גבאי המפעל, דאָ צו געבן א שמייכל פאר א פרישן אינגערמאַן, און דאָ סתם אַזוי צו צייגן אַז ווען עס קומט צו סיי וועלכע תורה'דיגע איינגעלעגענהייט שטייט מען אַלץ גרייט, און אַזוי טוט מען ב"ה אויף גדולות ונצורות. דאָס איז אויסער די פעולות פון הר"ר יואל, צו באַגלייטן געטריי די באַרימטע חבורות "יסודי התורה" און "תורתך שעשועי"
און נאָך וואָס איז אַלץ פאַרבינדן מיט פאַרשידענע פעולות להגדיל תורה ולהאדירה.
דאָס איז אויסער די אַנדערע איינגעשטעלטע פון דעם מפעל, ווי הר"ר משה אלימלך ווידער שליט"א, וועמענס אויפגאַבע איז, צוצושטעלן חברים ספּעציעל פאר די וואָס זוכן עקסטערע שיעורים אויף יעדן פרייטאָג-ערש"ק, שבת קודש, מוצאי שבת און אַזוי אַנדערע זמנים מיוחדים. ווי אויך הר"ר חיים מנחם פעלדמאַן שליט"א, וועלכער איז עומד הכן פאר אַלע פעולות פון דעם מפעל.
די הנהלת הקהלה וועלכע טראָגן דעם עול צו צאָלן די געהעלטער פאר אַלע ממונים, צאָלן קביעות'דיגע געהעלטער פאר די מרביצי תורה שליט"א אין די בתי מדרשים, אָפיס און אדמיניסטריווע קאסטן, וואָס קאָסט אָפּ פאר די קהלה אַריבער הונדערט-טויזנט דאָלאַר א יאָר!.
די פעולות פון דעם מפעל שטעלט זיך נישט בלויז ביים צושטעלן חברותא'ס וכדומה. די עסקני המפעל אין שפּיץ פון דעם רוח החיים הר"ר יואל שליט"א, טרעפן כסדר פרישע פעולות ווי אַזוי מרים צו זיין דעם קרן התורה אין די שטאָט. און בלויז מיטן זיך ווענדן צו איינעם פון די גבאי המפעל, ווערט מען סערווירט מיט חברים אָדער סיי וועלכע אַנדערע סערוויסעס, צו פאַרלייכטערן דעם קביעת עתים לתורה פאר יעדן איינעם.
הנהלת הקהלה רופט אויס מיט שטאלץ און דאנקבארקייט צו אלע חברי הקהלה מיטן באצאלן אייער התחייבות האט איר א חלק אין די אלע פעולות, און איר גייט אריין אינעם ברוך אשר יקום את דברי התורה הזאת, ווען איר קומט אריין אין איינע פון די בתי מדרשים און איר זעהט א פולע קעפיגע בית המדרש מיט לומדים שפירט אייך גוט און עסט אויף די נחת איר קענט זאגן מיט שטאלץ חבר אני איך דאנק דעם אייבירשטען איך האב א חלק אין די פעולות נשגבות להגדיל תורה להאדירה.