בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךט"ו אדר א' תשפ"ב2/16/2022

באריכט
דינסטאג פרשת כי תשא - פורים קטן, 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין די ישיבה לצעירים אין וומסב"ג. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום, ווי מ'האט געזינגען ווארימע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר אלע ראשי ישיבה ומרביצי תורה און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע פארצווייגטן דרוש לכבוד פורים קטן, משולב מיט די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה. נאכן זינגן נאך עטליכע ניגוני שמחה האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און איז אהיים געפארן לביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט רבינו שליט"א טעלעפאניש ממנה געווען א וועד לעניני טעכנעלאגיע בקרב קהלתינו הק' אין בית שמש, ביי א אסיפה וואס איז פארגעקומען אין שטוב פון הרבני החסיד ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו יו"ר הנהלת הקהלה והמוסדות אין בית שמש.

אום 5:20 האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די מנהלים פון די ת"ת אין וומסב"ג אלס שלוחים פון די תשב''ר צו נעמען מטבעות קודש פאר די קינדער וועלכע האבן פאראיאר אריינגעברענגט שיינע סכומים פאר די מוסדות הק' ביום הפורים.

ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון קאנטינעטאל צום עריכת שלחן הטהור לכבוד פורים קטן אינאיינעם מיט די - קרוב צו זיבן הונדערט - תלמידים פון די 7 ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון וומסב"ג.

דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יעדן יו"ט, במשך דעם טיש האט מען געזונגען ניגוני התרוממות ודביקות, און דער רבי האט משמיע געווען דריי מאל דברות קודש, לכבוד היום, ודברי הדרכה והכנה לקראת ימי הפורים.
נאך די לעצטע דב"ק האט מען געזינגען ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט לכבוד היום.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - ור"מ בישיבת מבצר התורה.
נאכן בענטשן בערך אום 7:45 איז דער רבי צוריק אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש, און מ'האט תיכף אהנגעפאנגן די וועכנטליכע זמני כניסה, ביז אים 11:30 אויפדערנאכט.

צווישן אנדערע איז אויך אריין בקו"פ הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית וויזניץ בני ברק, לרגל די חתונה פון א זון וואס קומט פאר בשעטומ"צ די קומענדיגע וואך, ולרגל די שידוך שליסן פון א טאכטער בשעטומ"צ, ווי עס איז אויך מיטגעקומען דער נייער חתן און דער מחותן הרה"צ ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מנעפלימעץ שליט"א.

נאך א שיינעם שמועס איבערן שייכות פון מרן הייטב לב זצ"ל מיט'ן תורת חיים מקאסוב זצ"ל האט רבינו שליט"א ווארים געוואנטשן פאר ביידע חתנים און די מחותנים.

ארום צען אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️