דאנערשטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל מנחם מארקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
און דער ברית לבן הנולד לר' אברהם אקער הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. און נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ט' פסוק א'.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעגאנגן צום ביהמ''ד הגדול, ווי עס איז פארגעקומען דער יערליכער 'יום האיחוד' בימי השובבי''ם דורך אלע תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי כתה ט', און נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, ווי מען האט געזונגען עטליכע ווארימע נגונים מיט גרויס התעוררות און עטליכע בחורים האבן פארגעזונגען ספעציעלע חרוזים לכבוד די מעמד.
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת פון די טויזענטער שעות רצופות וואס זענען געלערנט געווארן דורך די תלמידים במשך די ימי השובבי''ם. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש און לענגערע דברי הדרכה, עקסטער האט דער רבי ארויסגעברענגט זיין קורת רוח פון די מתנה חשובה פון די שעות רצופות וואס די הונדערטער בחורים האבן געברענגט, און די גוטע גריסן וואס ער האט באקומען איבער דעם אויפשטיין ליל שישי אין די פארטאגס שעה'ן במשך די ימי השובבי''ם, און מסיים געווען מיט שטארקע דברי ברכה פאר די מרביצי תורה און פאר אלע תלמידים. נאך די דב''ק איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געבענטשט מטבעות און פארטיילט פאר די אלע בחורים וואס האבן געלערנט די שעות רצופות בימי השובבי''ם, עקסטער האט דער רבי געבענטשט מטבעות פאר תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בארה''ק וואס האבן געלערנט די שעות רצופות, און דאס וועט פארטיילט ווערן דארט די קומענדיגע וואך בעז"ה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברח''א טייטלבוים הי"ו - ר' מענדל פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף גאנץ הי''ו - ר' אהרן משה גאלדענבערג הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:00. און דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️