בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday5 Adar I 57822/6/2022

Report
מוצש''ק פר' תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין שטוב פון הרה''ח ר' יודא זאב קליין הי''ו חבר וועד השכונות קר''י דקהלתינו הק', אין שכונת קוועקיר היללס בגלילות קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען די מעמד גמר המקח וחתימת שטרות פארן נייעם בנין הביהמ''ד ומקוה דקהלתינו הק' אין די ארטיגע געגנט וואס וועט געבויעט ווערן אויף א ריזן שטח.

עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה''ג ר' מרדכי פריעדמאן שליט''א רב דשכונת סמיט פארעם ור''מ במתיבתא. ביים אנקומען האט ר' יודא זאב געוויזן פארן רבי'ן די סקיצעס און פלענער פונעם נייעם ביהמ''ד דקהלתינו הק' אינעם געגנט, דערנאך האבן אויפגעטרעטן הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו ראה''ק דקהלתינו הק', און דער פטרון הרה''ח ר' יודא זאב הי''ו, רבינו שליט''א נאכ'ן חתמנ'ן די שטרות האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברי ברכה, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יודא זאב און פאר אלע משתתפים.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די סעודת מלוה מלכה ומסיבת הכרת הטוב פאר מלמדי מוסדותינו הק' במאנסי, פארגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי''ו מנהל מוסדותינו הק' ומראשי הקהילה. מען האט געזינגען די זמירות פון מוצ''ש און עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ אב''ד ור''מ קהלתינו מאנסי שליט''א. דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק און ארומגערעדט איבער די חשיבות פון די מצדיקי הרבים און מאציל געווען מברכות קדשו לכל העם הנאספים.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אינעם ביוראו פון הרה''ח ר' משה יצחק לאנדא הי''ו ווי עס איז פארגעקומען די חתימת שטרות אויף זכותים אדירים וואס ער האט אפגעקויפט אינערהאלב קהלתינו ומסדותינו הק', זכות כתה אינעם בנין הת''ת החדש במאנסי, א זכות שער בבנין הבית חינוך לבנות בני ברק, זכות כיור וכנו בביהמ''ד הגדול בקרית יואל. רבינו שליט''א האט קובע געווען א מזוזה און נאכ'ן חתמנ'ן האט דער רבי געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️