בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday30 Shevat 57822/1/2022

Report
מאנטאג פ' תרומה 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה 'קדושת יו''ט' בקר''י בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל איידליס הי"ו.
ב"ר גמליאל שגדרי הי"ו.
ב''ר צבי אפעל הי''ו.
ב''ר יואל קרויס הי''ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הקדושת יו''ט זיע''א. און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא, צום ערשט איז פארגעקומען א סיום מס' חגיגה דורך נכד רבינו הבה''ח חיים צבי בן חדב''ן הגה''צ רבי יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו, און נאכן הדרן האט דער רבי געזאגט דעם קדיש. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פון זקינו בעל ההילולא זיע"א.

נאכמיטאג אים 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא.

ארום 5:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון המספיק אין קרית יואל ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא, אינאיינעם מיט די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרכי התורה' שע"י מוסדותינו הק' במאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט''א, און די תלמידים פון די נייע ישיבה קטנה 'דרך התורה' דמוסדותינו הק' מחוץ לעיר בהנהלת הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און נאך די פיש געוואונטשן לחיים.

מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט''א. דער רבי האט משמיע געווען דב''ק ודברי הדרכה פאר די בחורים און דערנאך דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא. דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 7:30.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:20.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️