דאנערשטאג פר' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט', לרגל די שמחת הנחת תפילין פון נכדו בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר נכדו חתן הבר מצוה כמר בנימין חיים מייזליש נ''י, און דערנאך ארויסגעדרייט די כריכות היד.
אויך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף שלמה מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל עקשטיין הי"ו.
ביים ליינען האט נכד רבינו הב' הבר מצוה נ"י עולה געווען שלישי, און דער רבי איז געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי איינע פון די בחורי הת"ת האט פארגעזונגען חרוזים לכבוד השמחה, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען. דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן בר מצוה בחור און פאר אלע בחורים און דערנאך משמיע געווען דברות קודש.
נאכמיטאג אים 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
אויפדערנאכט ארום 8:00 איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', לרגל די בעפארשטייענדע נסיעה צו די מקומות הקדושים קומענדיגן וואך, ווי די ראשי הישיבה שליט''א האבן געוויזן פארן רבי'ן דעם סדר הנסיעה, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה והכנה פאר די בחורים און ארומגערעדט וויאזוי מען דארף פארן אויף מקומות הקדושים, פארן מיט א ערענסטקייט און נישט ח"ו ווי א טוריסט און זיך צו מקבל זיין קבלות טובות וכו', און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די בחורים און דערנאך פארטיילט שליח מצוה געלט, און געדאווענט מעריב מיט די בחורים.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען ביז 10:45. ביי די זמני כניסה איז פארגעקומען א לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון הכלה בת הרה''ח ר' יואל ווידער הי''ו מיט החתן ב''ר מענדל דוב ווידער, װי רבינו שליט''א האט ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די מחותנים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️