בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד שבט תשפ"ב1/26/2022

באריכט
דינסטאג פר' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר משה הערש בראך הי"ו.
ב"ר אברהם גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די חתני הבר מצוה בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין וומסב''ג, און איז קודם אריבער געגאנגן אויף א ביקור קודש ביי כ''ק אדמו''ר מוויזניץ וומסב''ג שליט''א, ווי ס'האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בד"ת וחסידות. האדמו''ר מוויזניץ האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו בידידות, און דערנאך האט האדמו''ר מוויזניץ ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די קאר.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:20 ביז 12:45 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

צווישן אנדערע זענען אריין בקודש פנימה, הרה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מוויזניץ שליט''א ארה"ק, איינצולאדענען רבינו שליט''א און מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון זיין טאכטער וואס קומט פאר די קומענדיגע וואך אין בארא פארק, רבינו שליט''א האט ווארעם געוואונטשן ברכות קדשו.

אויך איז אריין הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו וואס קומט פאר קומענדיגע וואך אין לאנדאן, רבינו שליט''א האט ווארעם געוואונטשן ברכות קדשו.


ארום 11:50 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️