מאנטאג פר' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אביגדור הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט זיין טעגליכן תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז געווען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' אברהם לעווינגער הי''ו, בבית זקינו הרה''ח ר' אברהם לייב בראך הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור בביתו נאוה קודש כ''ק אדמו''ר מקאלאשין שליט''א פון ארה''ק אינאיינעם מיט בנו הרה''ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט''א מנהל ישיבה גדולה סניף ברך משה, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו ספעציעל לרגל די חתונה פון זיין טאכטער / אייניקל וואס איז פארגעקומען די פארגאנגענע וואך, און דערנאך האט אים דער רבי ארויסבאגלייט.
נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף אין די ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אים 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל חיים זינגער הי"ו - הרה''ג ר' שבתי קאהן שליט''א, באולם כינור דוד.
אויפדערנאכט ארום 8:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, דערנאך איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה ביז 11:00.
רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה''ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט''א - ר' מענדל ברא''ש פריעדמאן הי"ו.
ר' יואל בר''ד כהן הי"ו - ר' אברהם שאול יעקב פריעדמאן הי"ו.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען אין זאל פון קרן ויואל משה ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביי די שמחת השבע ברכות פון נכד הגה''צ הדומ''ץ שליט''א, עס איז פארפירט געווארן א לענגערע תורה'דיגע שמועס מיטן דיין שליט"א און די מחותנים, דערנאך האט דער רבי טועם געווען און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן פארן דיין שליט"א און פאר די מחותנים, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן ומחותנים, און עקסטער מיטן דיין שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 11:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️