בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ב שבט תשפ"ב1/24/2022

באריכט
זונטאג פר' משפטים 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
בן הרה''ג ר' יואל אפענהיים שליט''א.
ב"ר חיים זאלצער הי"ו.
ב''ר מרדכי לייב מיטטעלמאן הי''ו.
ב''ר אברהם יצחק גאלדבערגער ע''ה.
ב''ר אברהם משה טויב הי''ו.
ב''ר ישראל הורוויץ הי''ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ח' פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' גדלי' מתתי' לענעראוויטש הי''ו ע''פ בנו ע''ה. דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, ארום 4:30 האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די מסע הלוי' פון הגאון רבי ליפא מרגליות זצ''ל ראש ישיבת תורה תמימה, ביים ביה''ח דקהלתינו הק' בקר''י. און אים 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו - הר''ר ישראל ארי' בערקאוויטש ז''ל, באולם כינור דוד.
ר' וואלף בר''מ לאנדא הי''ו - ר' משה ברח''א ווייס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

ארום 7:30 האט רבינו שליט''א באזוכט ביי די מתמידים 'רץ למשנה' בהנהלת הר''ר אלימלך שווארץ שליט''א, בבנין הבית רחל - הירש גאלדבערגער לאנדא. דער רבי האט זיך אומגעקוקט מיט א געוואלדיגער קורת רוח אויף די לימודים און מאציל געווען ברכות קדשו פאר די הנהלה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה פון 7:45 ביז 12:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש. ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' שלום אליעזר גראד הי"ו - ר' יצחק פייערשטיין הי"ו.
ר' אשר אנטשיל ווייזער הי"ו (וומסב''ג) - ר' דוד ביקל הי"ו.

ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️