בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday15 Shevat 57821/17/2022

Report
מאנטאג - חמשה עשר בשבט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' חיים האלפערט הי''ו (לאס אנדזשעלעס), כהן: הרה''ח ר' חיים יצחק שווארץ הי''ו (אנטווערפן), לוי: ר' יודא הערש בערגער (קר"י). שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ברוך פיש הי''ו (קר''י), גלילה: הרה''ח ר' אברהם יוסף אקערמאן הי''ו (קר''י).

נאכן דאווענען האט הב' יעקב ב''ר חיים זאב פאלקאוויטש הי''ו איבערגעגעבן א תירוץ פאר רבינו שליט''א אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער עניני ומנהגי חמשה עשר בשבט, און איבער די מנהגי הספרדים מרבה צו זיין בתפילות ובסגולות, און איבער דעם מנהג רבותינו הק' צו עסן פירות ביי קידוש שב''ק בייטאג.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 12:00 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, און איבער די רדיפות וואס די גדולי אונגארין אינדערהיים פלעגן מיטמאכן פון ראשי הקהלה און בני העיר.

נאכמיטאג איז געווען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט"א הרה''ג ר' משה פרץ שווארץ שליט''א אב''ד ק''ק קול אריה לעיקוואד, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בעניני הנהגת הקהילות אמאל אין דער אלטער היים און היינט.

אום 5:00 נאכמיטאג איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, נאך מנחה האט דער רבי געפראוועט א פירות טיש לכבוד חמשה עשר בשבט, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט טועם געווען פון די טייטלען און פון די אתרוג כנהוג, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן ציבור, און משמיע געווען דב''ק בעניני דיומא, און פארטיילט שריים, מען האט געענדיגט ארום 6:00. און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️