בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגח' שבט תשפ"ב1/10/2022

באריכט
מאנטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הרה''ח ר' משה מנחם שלעזינגער הי''ו (קר''י), כהן: ר' יואל גראס הי''ו (וומסב''ג), לוי: הב' ב''ר יצחק ברוך מאנדל הי''ו (קר"י), שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' עזרא משה כאירה שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג.

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט איבער די הידורים פון טערקישע טליתים, און די טעכנישע פראבלעמען וואס האט זיך געמאכט מיט די טליתים אין די פריערדיגע יארן.

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, און א לענגערע שמועס איבער די בראשית יארן פונעם רעיון הציוני, און וואס פאר א חורבן דאס האט אנגעמאכט נאך די ערשטע וועלט מלחמה.

פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי געלערנט, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב, און נאך מעריב האט רבינו שליט''א מחדש געווען די לבנה אינעם חצר פארענט פונעם ביהמ''ד.

ארום 8:20 (11:20 ניו יארקער זייגער) האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מספיד געווען מחותנו כ''ק אדמו''ר מאלעסק זצ''ל, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'זה קלי ואנוהו אלקי אבי וארוממנהו' און משמיע געווען מילי דהספדא אויפן חשוב'ן נפטר און ארויסגעברענגט ווי ער איז געווען א הולך בדרכי אבותיו, און ארומגערעדט איבער די געוואלדיגע אבידה וואס דאס איז פאר בני קהילתו און פאר די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 919