דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד, ביים ליינען זענען נתכבד געווארן. פתיחה: הר''ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט''א, כהן: הרה''ח ר' שמואל משה פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' יצחק אלימלך וויינבערגער הי''ו.
נאכן דאווענען זענען עטליכע געסט אריבער שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, ווי עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס פון עובדות וספירים פון הרה''ק ר' משה לייב סאסאווער זי''ע וואס איז געפאלן די יארצייט דעם טאג, און פון די געוואלדיגע פעולות פונעם בארימטן מרכז עזרה וויעוץ בארה''ק.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש גערעדט מיט הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א נכד רבותינו הק' ומרביץ תורה בקהלתינו הק' במאנטשעסטער, וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט אויף א נסיעה צום עיר האבות סיגוט לקראת די יומדהל''ק פון הגה''ק העצי חיים זי''ע דעם שב''ק ו' שבט, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפן סדר הנסיעה אין געבעטן פרעזענליך מען זאל אים אינזינען האבן, און געוואונטשן מ'זאל פועלן אלעס גוטס.
ארום 11:45 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן בנאות דשא װי עס איז פארפירט געווארן הערליכע שמועסן בד"ת וסיפורי צדיקים, אנהייב שפאציר האט זיך דער רבי באגריסט מיט הרה''ג ר' פנחס שדראוויצקי שליט''א משגיח הכשרות פון התאחדות הרבנים, ער האט שלום גענימען פון רבי'ן און איבערגעגעבן א מתנה זיין ספר, דערנאך האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די גאנצע סדר ומהלך השחיטה מיט אלע הלכות און חומרות, און איבער כשרות המאכלים פון אמאל און היינט.
פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בעניני ניטל הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א, ראה"כ וומסב"ג, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️