מאנטאג פר' וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במקום הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע
ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אינעם ארטיגן ביהמ''ד בית חב''ד.
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די פרישע איינריכטונגן אינעם ביהמ"ד, און אינעם נייעם 'פאלם ספרינגס קאושער' געשעפט אינעם ביהמ''ד, און אין די נייע כשר'ע קיך וועלכע שטעלט צו עסן כשר למהדרין אינטער די השגחה פון התאחדות הרבנים, פאר די אידן וואס קומען אויף אפרוה אין פאלם ספרינגס
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן דאווענען זענען צוגעקומען עטליכע וואקאנציאנערן שלום נעמען, דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט, און גייענדיג איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים.
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:40 איז רבינו שליט''א - כדרכו בקודש - געגאנגען שפאצירן בנאות דשא, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים.
במשך די נאכמיטאג שעות האט דער רבי עוסק געווען בתורה בחברותא מיט הגה"צ אב"ד ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א. פארנאכט'ס אים 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ"ד, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️