בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט טבת תשפ"ב12/23/2021

באריכט
דאנערשטאג פר' שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם שמואל אראן הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר זוסמאן הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען ביים וועכנטליכע שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה גמרא מס' בבא בתרא פרק חזקת הבתים, האט רבינו שליט''א כדרכו בקודש איבערגעלאזט די קשיא פאר די תלמידי הישיבה איידער'ן ארויספארן אויף מנוחת הנפש קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, קומענדיגן זונטאג הבעל''ט. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת און דערנאך אינעם בית האופה דקהלתינו הק' פאר א לענגערע צייט.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יואל בר''א זילבערשטיין הי"ו - ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל ברי''א קליין הי''ו - ר' חיים בעריש שפילמאן הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז אים 1:00.

ביי די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקודש פנימה הרה''ג ר' פנחס פריעדמאן שליט''א ראה''כ מחזיקי הדת בעלזא בארה''ק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה די ספרי לב אהרן אויף שמות - דרושים און אגדה.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יחזקאל שרגא פערל - ר' מרדכי קאהן הי''ו.
ר' יואל קרויס הי"ו - ר' יוסף קדיש ראזענפעלד הי"ו.

ארום 11:40 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור ביז אום 1 אזייגער. און דערנאך האט זיך הב' מאיר הערש ב''ר יושע חיים שפיצער הי''ו (וומסב''ג) מתלמידי ישיבתינו הק' געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט''א אויף פינעף הונדערט בלאט גמרא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️