בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשז' טבת תשפ"ב12/11/2021

באריכט
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:05. מנחה: הר''ר יעקב יוסף פילאפף הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו (מאנטריאל), כהן: הרה''ג ר' הערשל ווייס שליט''א אוהעלער רב פון בארא פארק, לוי: הרה''ח ר' אפרים משה לעווי הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' שמואל ראזענפעלד הי''ו (וומסב''ג) הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' שמעון שטערן הי''ו (מאנסי).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''וישלחנו אלוקים לפניכם לשום לכם שארית בארץ'' און געטייטשט אז אפילו מען פירט זיך בקדושה הייסט מען נאכנישט קיין קדוש נאר אז מען מאכט גדרים וסייגים בעניני קדושה וטהרה אין שטוב און אין די ארבייט און דעמאלטס באקומט מען א דין קדוש ווייל כל מקום שאתה מוצא גדר ערווה אתה מוצא קדושה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' אלעזר יוסף דייטש הי''ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה''ח ר' מרדכי גימפל קאהן הי''ו (וומסב''ג). דער רבי שליט''א האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' משה חיים שפיצער הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 7:15.

שפעט אויפדערנאכט איז רבינו שליט"א אריינגעפארן קיין וומסב"ג מנחם אבל זיין הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי"ו וועלכע זיצט שבעה נאך די מאמע ע"ה, ווי דער רבי איז געזעצן א לענגערע צייט און דערציילט סיפורים און היסטאריע מבית אבותיו הק', און פון דארט איז דער רבי צוריק געפארן קיין קרית יואל לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 978