בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךד' טבת תשפ"ב12/8/2021

באריכט
דינסטאג פר' ויגש 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אברהם לייב קליין הי"ו.
ב"ר יואל לאזאר הי"ו,
און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 12:00 בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.

ארום 10:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️