בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ט כסלו תשפ"ב12/3/2021

באריכט
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור שניאור זלמן ב''ר יואל עקשטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ''ד הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות הדלקה.

דער רבי שליט"א האט דערנאך געזאגט די זמירות און מען האט דערווייל געזונגען נגוני התעוררות, דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דורך די נר של שבת פון די נשים איז געקומען די נס פון די נר של חנוכה.

דערביי האט דער רבי ארומגערעדט בדברי מוסר זיך מחזק זיין אין די ענינים פון צניעות בלבוש ובהתנהגות, בפרט ביי די ארבייט פלעצער. און נאכאמאל מעורר געווען איבער מצוות מזוזה און ארומגערעדט בגודל מצוותה והלכותיה, און האט שטארק גערעדט איבער די געוואלדיגע זהירות וואס פארלאנגט זיך פון א סופר וואס דארף זיין א ירא שמים מרובים, אסאך מער פון א שוחט, "עס איז דא סופרים ר''ל קלים ורקים". און דערמאנט די אסיפה דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע בשנת תשכ''א וואס האט מעורר געווען איבער כשר'ע תפילין ומזוזות, און געזאגט "אידן קויפן, מען צאלט געלט און מען קויפט פסולע תפילין און פסולע מזוזות, אדער אפילו עס איז נישט פסול איז עס כשר נאר בדיעבד", דערנאך האט רבינו שליט''א אויפגעפאדערט נישט צו קויפן פון די סוחרים וואס אלעס קומט מיד ליד איש מפי איש אן קיין השגחה נאר גיין פערזענליך דורך א סופר א ירא שמים.

דער רבי האט מסיים געווען די דב''ק בדברי תורה ורמזי קודש אז דורך די נר חנוכה ווערט נתמלא דער שם הוי''ה וואס איז מען מעורר אורו של משיח, און צוגענדיגט בברכות קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין בארא פארק ווי דער רבי האט מנחם אבל זיין משפחת המנוח הרה''ח ר' משה שמואל פארקאש ע''ה מראשי קהלתינו בבארא פארק יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 855