בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ז כסלו תשפ"ב12/1/2021

באריכט
ליל ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הבחור אברהם יצחק שווארץ בן הרה''ג ר' נתן דוב שליט''א געצינדן די מנורה.

הנירות הללו קודש הם

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביהמ''ד הגדול אין קר''י צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות. דערנאך האט דער רבי געזאגט די מזמורים כנהוג און מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, און דאן האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק בדרוש ופלפול אויף די סוגיא אין מס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך בדרך אגדה אז דער דריטע נאכט איז משפיע מידת חנון, מתנות חינם אפילו אויב מען איז נישט ראוי, און ארומגערעדט אז די נר חנוכה בימין ווייזט אויף די אמונה וואס אידישע קינדער האבן מיט מסירות נפש אפילו אין שווערע זמנים, און די מזוזה בשמאל ווייזט אויף די השגחה וואס דער אייבערשטער האט אויף די אידישע קינדער וואס זענען דבוק אינעם אייבערשטן.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען און ארומגערעדט איבער מצוות מזוזה, צום ערשט איבער די חשיבות המצוה וסגולותיה, און געזאגט אז אין דעם ווינטער וועלן בעז"ה פארטיג ווערן אזויפיל ווי 500 דירות וואס דאס וועט געברויכן אזויפיל ווי ארום 5000 מזוזות, במילא וועט מעגליך זיין א מאנגל אין מזוזות, וועלן די סוחרים אימפארטירן פון ארץ ישראל מכל הבא לידם, דער רבי האט דערמאנט די אסיפה בשנת תשכ''א דורך רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע איבער די פסולע תפילין ומזוזות וואס ווערן פארקויפט און אויסגעשריגן מנהמות לבו הטהור מורי ורבותי מען פארקויפט היינט צו טאג פסולע תפילין און פסולע מזוזות און מעורר געווען די אלע אידן וואס קויפן א דירה זאלן זעהן צו פארשאפן א כשרע מזוזה געקויפט פון א סופר וואס ער האט דאס געשריבן. והחכם עיניו בראשו זיך שוין פארזארגן מיט מזוזות און נישט ווארטן אויף דעמאלטס ווען ס'וועט נישט זיין, און געזאגט ''כמיז זאגן די סוחרים האבן נישט קיין נאמנות חוץ אויב עס איז דא א געוואלדיגער השגחה, ס'איז א ווייטאג אבער מען מוז עס זאגן, כ'זעה דער פעטער ז''ל האט עס געזאגט און עס איז גולטיג היינט פונקט ווי כשעתו.

דערנאך האט דער רבי געבעטן די סופרים און געזאגט ''קרית יואל איז א עיר מלאה חכמים וסופרים'' אז מען זאל זעהן שוין יעצט צו שרייבן מזוזות, און מסיים געווען בברכות קדשו עס זאל זיין א שפע פון דירות און עס זאל זיין מזוזות.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בבנין מבצר הכוללים ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע כינוס התחזקות דורך חבורת ליל ששי, מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, און הרה''ג ר' הערשל קאהן שליט''א האט אויפגעטרעטן מיט ווערטער.

דערנאך האט רבינו שליט''א געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברות קודש זיך מחזק זיין מקיים זיין די מצוות ה' בשמחה ובתלהבות אש, און ארומגערעדט בשבח החבורת ליל ששי און געזאגט אז דאס איז א שטיין אינעם קרוין פון קרית יואל און מען דארף מרבה זיין נאך אזעלכע חבורות וואס דאס איז געווען דער דרך הבעל שם הק' און מסיים געווען בברכות קדשו.

מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️