בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday7 Kislev 578211/11/2021

Report
מיטוואך פר' ויצא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה "שיעור ד'". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר אשר אנטשיל זאלדאן הי"ו.
ב"ר ברוך שווארץ הי"ו.
ב"ר חיים יוסף שמשון שמאיע הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר די ראשי הישיבה פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע לענגערע שמועס ווי רבינו שליט''א האט ארויסגעברענגט רגשי לבבו פונעם מסע קודש ושבתי לעיר האבות סיגוט און ארומגערעדט פון די נסיעה און פון די נסיעות און די פארגאנגענע יארן אזוי אויך פון די נסיעות דורך אביו רביה''ק בעל ברך משה זי''ע.

ביים ארויסגיין האט דער ראש ישיבה הרה''ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט''א איבערגעגעבן א גריס פארן רבין פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד ווי ער האט געוויילט פארגאנגענעם שב''ק ובפרט פון בית מדרשינו הגדול החדש והמפואר.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלי' צוויבל הי"ו - ר' מרדכי יודא פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו - ר' יואל הערש הערשקאוויטש הי"ו.
הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט''א - ר' יואל בהגרא''ד קארנבלי הי"ו.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️