בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday3 Kislev 578211/7/2021

Report
ושבתי בשלום אל בית אבי

באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.

במוצאי יום גילה - מוצש''ק פר' תולדות

ארום א האלבע שעה נאך הבדלה איז געווען צוגעגרייט גאר א רייכע מלוה מלכה פארן גאנצן ציבור אינעם היכל השלחנות.

עס זענען אריבער געקומען צו רבינו שליט''א בביתו נאווה קודש, די מעיאר פון שטאט סיגוט מיט נאך עטליכע באאמטע וואס האבן זיך אפגעגעבן מיטן בנין די לעצטע שטיק צייט.

רבינו שליט''א האט זיי באגריסט און זיך באדאנקט און דערביי פארטיילט א ספעציעלע מתנה.

נאכדעם האט רבינו שליט''א געגעסן מלוה מלכה פריוואט בביתו נאוה קודש.

קרא ישע לעם נדבה קל דגול מרבבה

אנגעהויבן פון ארום 8:45 איז געווען זמני כניסה ווי די הונדערטער נדיבים החשובים האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך ביי רבינו שליט''א איידער'ן פוקד זיין ציוני רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט זי''ע בפתקא ופדיון בביתו נאוה קודש אינעם היסטארישן שוהל הויף ולעורר זכות אבות באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון מרן רבינו הק' בעל ייטב לב זי"ע ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל. די זמן כניסה האט זיך פארצויגן פאר אריבער 3 שעה ביז ארום 11:45. רבינו שליט''א האט מיטגענומען אלע קוויטלעך און עס שפעטער אראפגעלייגט ביי די ציוני רבותינו הק' זי''ע.

צווישן אנדערע איז אריין דער ראש המנהלים פון די מוסדות הק' אין קרית יואל הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א אינאיינעם מיט מנכ"ל המוסדות הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו וואס האבן געברענגט קוויטלעך בשליחות אלפי תלמידות פון די הויך-שולע אין קרית יואל מיט קבלות טובות בעניני טעכנעלאגיע.

נהלני לציון קודש גורלי ה' שמע בקולי

ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ערשינען אין ביהמ''ד צום מעמד נרגש מסיבת לחיים והתעוררות הכנה לעליות לציון הק' פון רבותינו הק' זי''ע בעיר האבות סיגוט. די קאפעליע האט געזונגען ווארימע ניגונים און דער גאנצער עולם האט מיט געזונגען. דערנאך האט דער בארימטער חזן הרב ישראל אדלער הי''ו פון ארץ ישראל פארגעזונגען גאר ווארימע דברי חרוזים בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בדמעות שלוש וואס האט אריינגעשלעפט דעם גאנצן ציבור אין א גאר התרגשות'דיגע אטמאספערע.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש ודברי התעוררות דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק "וירח את ריח בגדיו ויברכהו ויאמר ראה ריח בני כריח שדה אשר ברכו ה''' און דערמאנט דעם קדושת יום טוב, אז הקב''ה איז א שומר משמרתו של תורה, און איז מקיים דעם את השם אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, ממילא איז הקב''ה גוזר וצדיק מבטל, און צדיק גוזר והקב''ה מקיים, ווייל די רבש''ע איז מקיים רצון צדיק. רבינו שליט''א האט ממשיך געווען אז דאס איז די ברכה וואס יצחק האט געבענטשט יעקב אז א צדיק זאל האבן א כח און עס ווערט נמשך עד סוף כל הדורות. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט אז צדיקים וואס האבן געפויעלט ישועות בחיים חייתם האבן נאך א גרעסערע כח יעצט, ווייל גדולה צדיקים במיתתם יותר מבחייהם. בפרט פאר די תלמידי תלמידים וואס קומען צו קברי אבות מתפלל זיין.

דערנאך האט רבינו שליט''א ממשיך געווען מיט בכיות עצומות ''מען גייט יעצט ארויס אויפן ציון און מען גייט מתפלל זיין. אונז בעהט מיר אונזער הייליגע רבי'ס 'אנא התפללו בעדינו' זיי זאלן מתפלל זיין פאר אונז פאר אונזער משפּחה פאר כל הנמצאים פה און פאר זייער משפחה פאר כל אנ''ש בכל רחבי תבל זאלן געבענטשט ווערן בכל טוב שטענדיג. צרכי עמך ישראל מרובים און עס איז דא אזויפיל לבבות נשברות וואס זיי האפן און קוקן ארויס צום רבש''ע אויף ישועות שונות. ישראל מאמינים בני מאמינים גלייבן אז עס דא א כח ביי די צדיקים, די צדיקים אבותי הקדושים זאלן משפיע זיין ברכות וישועות די מחסורה אשר חסר להם. יעדער איינער ווייסט רש''י זאגט 'וזכרתי את בריתי יעקב ואף את בריתי יצחק ואף את בריתי אברהם אזכור' זאגט רש''י יעקב כדי לעצמו יצחק כדי לעצמו און אברהם כדי לעצמו, "אונז גיימיר דא ארויס אויפן ציון, די זיידע ז''ל די ייטב לב איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט איז כדי לעצמו, די זיידע ז''ל די עצי חיים איז כדי לעצמו, די אוהעלער רב ז"ל איז כדי לעצמו". עמך ישראל צריכים פרנסה אידישע קינדער דארפן פרנסה בהרחווה גדולה ובניקל, אידישע קינדער דארפן ישועות, אידישע קינדער ווילן געהאלפן ווערן בברכת הבנים ''ווער נאך ווי די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט וואס ער האט מיטגעמאכט דעם צער וואס ער ווייסט און פארשטייט וואס עס מיינט ווען א אידישע שטוב פעלט ברכת הבנים, ווען מ'איז עומד ומצפה געהאלפן צו ווערן מיט קינדער.
די זיידע ז''ל די קדושת יו''ט און די זיידע ז''ל די עצי חיים האבן אסאך מיטגעמאכט אין צער גידול בנים, סאיז זיי ל''ע אוועק קינדער בחייהם, זיי ווייסן וואס עס מיינט ל''ע ווען עלטערן באגלייטן ארויס א קינד מחיים למוות. אידישע קינדער קומען דא מיט בקשות פון חולי ישראל פון קליינע קינדער וואס עלטערן קוקן ארויס אויף ישועות און אויף רפואות פאר זייערע קינדער". אבותינו הקדושים האבן מתפלל געווען פאר אידישע קינדער זיי האבן משפיע געווען פרנסה, אידן זאלן האבן פרנסה, אידישע קינדער האבן דאך אזא גרויסע בני בית אין שטוב מען דארף מפרנס זיין, מען דארף חתונה מאכן די קינדער, מען דארף טוהן שידוכים, אידישע קינדער קוקן ארויס מען זאל הערן א גוטע בשורה פאר די קינדער. אידישע קינדער קוקן ארויס צו האבן ערליכע דורות דורות ישרים מבורכים מגדל זיין זייערע קינדער צו תורה לחופה ולמעשים טובים, צו האבן ערליכע דורות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות מתוך נחת דקדושה" און דערנאך מסיים געווען מיט גאר ווארימע ברכות הקודש. מ'האט געקענט שניידן די לופט אין ביהמ''ד, עס איז נישט געווען קיין טריקן אויג בשעת די רבי שליט''א האט גערעדט.

קה זכות אבות יגן עלינו

ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור ארויף צום אוהל הקדוש ציוני רבותינו הק' זי''ע מיט גרויס התעוררות.

ביים אנקומען האט דער רבי צום ערשט געצינדן 5 ליכט מיט א נר נשמה ביי אלע ציונים, און דערנאך אנגעצינדן די נר תמיד ביי די ציונים פון רבותינו הק' זי''ע וואס איז אפגעקויפט געווארן - ביים ייטב לב דורך הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו, ביים קדושת יו''ט דורך הרה''ח ר' מאיר ווערטהיימער הי''ו , און ביים עצי חיים דורך הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי''ו.

דערנאך האט זיך דער רבי געשטעלט ביים ציון פונעם ייטב לב זי''ע און אנגעהויבן די תפילה פון שלום עליך רבי מורו מיט בכיות נוראות פאר לענגערע מינוטן און דערמאנט אלע נעמען פון רבותינו הק' מרנן הייטב לב הקדושת יו''ט העצי חיים און אוהעל'ער רב זכותם יגן עלינו.

דערנאך האט מען אנגעהויבן אמירת התהילים און רבינו שליט''א האט צוגעשיקט אלס בעל תפילה הגה''צ אבד''ק ור''מ וומסב''ג שליט''א, מען האט געזאגט די תהילים פון קאפיטאל צ' ביז ק''ז כנהוג. דערנאך האט דער רב שליט''א פארגעזאגט די יהי''ר בקול בוכה ובהשתפכות הנפש בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערן בבכיות עצומות וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן אוהל, און דערנאך האט דער רבי געזאגט קדיש.

דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט די קוויטלעך בשעת מען האט געזונגען נגוני התעוררות. נאכדעם האט דער רבי שליט''א אראפגעלייגט אלע קוויטלעך, און די קוויטלעך וואס דער רבי האט מיטגעברענגט.

נאכדעם האט זיך רבינו שליט''א משתטח געווען פאר לענגערע מינוטען עקסטער אויף די ציוני הקדושים פון אבותיו מרנן רבותינו הק' הייטב לב, הקדושת יו''ט, העצי חיים זי''ע.

במשך די צייט האט מען געזונגען די נגוני התעוררות וואס דער ייטב לב האט געברענגט פון הרה''ק ר''ר הערש זי''ע און די נענועים ניגונים פונעם קדושת יו''ט און עצי חיים זי''ע.

מען האט געענדיגט ארום 2:30.

דערנאך האט רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט מיטנעמענדיג הויפענעס מיט ישועות ורפואות.

פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.

אנקומענדיג אין שטאט טשענגער האט מען זיך אפגעשטעלט ווי דער רבי האט גענעכטיגט פאר 2 שעה.

ארום 7:45 צופרי איז מרן רבינו שליט''א ארויף אינעם ביה''ח אין שטאט טשענגער ווי עס האט אפגעווארט דעם רבי'ן האדמו''ר מגארליץ שליט''א פון בארא פארק וועלכע האט אפגעקויפט דעם ביה''ח אין טשענגער און האט צוגעשטעלט פארן רבין די אכסניא. רבינו שליט''א איז אינאיינעם מיט האדמו''ר מגארליץ שליט''א ארויף פוקד זיין די ציון הק' פון הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דינסטאג ה' כסלו. דער רבי האט געצינדן ליכט און געזאגט 10 קאפיטלעך תהילים פון קאפיטל צ' ביז ק'.

פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויף א וועג פון 2 שעה צום שטאט אוהעל.

די ווייטערדיגע באריכט פון זונטאג אין איהעל וועט שפעטער נאכפאלגן

קה זכות אבות יגן עלינו


▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️