בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday1 Kislev 578211/5/2021

Report
ושבתי בשלום אל בית אבי

באריכט מסע הקודש ושבתי דורך כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א לעיר האבות סיגוט.

מיטוואך - דאנערשטאג פר' תולדות.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מיטוואך אויפדערנאכט ארום 10:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום נוארק עריפארט.

ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נוארק עריפארט טערמינאל B, און נאך עטליכע מינוט ארויף אויפן ספעציעלן טשארטער פליגער ווי עס האבן שוין אפגעווארט די הונדערטער נגידים נדבני הבנין בעיר האבות סיגוט.

וילך למסעיו עד המקום אשר היה שם אהלה בתחלה

ארום 12:30 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פליגער אויפן וועג צום שטאט סאטמאר אין רומעניע.

נאכן זיך הייבן האט מען פארטיילט לייכטע איבערבייס פארן גאנצן ציבור.

אין די ערשטע שעות האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה בגמרא מס' כתובות.

ארום 2 שעה נאכן זיך הייבן האט מען געדאווענט שחרית אויפן פליגער.

בעל תפילה און בעל קורא איז געווען הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, עס האבן עולה געווען, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו. לוי: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, שלישי: רבינו שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' אברהם יעקב בערקאוויטש הי''ו.

נאך שחרית האט מען סערווירט פרישטאג פארן ציבור. דערנאך האט הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א מרבני קהלתינו ומשפיע בביהמ''ד בנין בראך אויפגעטרעטן מיט ווערטער.

נאכדעם איז רבינו שליט''א ארומגעגאנגען אויפן פליגער און באגריסט די משתתפי הנסיעה, און דערנאך זיך געזעצט לערנען מס' בבא קמא ביז צום לאנדען.

דאנערשטאג נאכמיטאג 2:55 ( 8:55 אין ניו יארק) האט בשעטו''מ געלאדענט די פליגער אין שטאט סאטמאר אין רומעניע.

תיכף נאכן לאנדען האט זיך רבינו שליט''א אינאיינעם מיט די מקורבים ארויסגעלאזט צום עיר האבות סיגוט.

די פמליא הנכבדה האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה אין שטאט סאטמאר, נאך מנחה איז פארטיילט געווארן צדה לדרך, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט סיגוט.

כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא

ארום 5:15 (11:15 צופרי ניו יארקע זייגער) איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.

צום ערשט האט רבינו שליט"א ארום שפאצירט אינעם גאנצן בנין בהתרגשות עילאה מיט טרערן אין די אויגן און זיך אומגעקוקט אין אלע צימערן און טאוולעך פון די נדבני הבנין. אנקומענדיג צום היכל הביהמ''ד הגדול האט רבינו שליט''א אויסגעבראכן אין א געוויין פארגיסענדיג טייכן טרערען ברגש קודש פאר לענגערע מינוטען.

דערנאך האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מנחה אין חדר משה ארי' נדבת הרבני הנגיד ר' עקיבא צבי קליין הי''ו לע''נ דעם ראה''ק פון סיגוט רבי משה ארי' פריינד ז''ל.

נאך מנחה האט הרה''ח ר' גדלי סעגעדין הי''ו און הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט''א צו מתפלל זיין פאר וואסער - שטייענדיג פר' תולדות - וואס מען דארף נאך האבן זיך צו קענען אריינצוען אינעם נייעם שכונת ויואל משה אין קרית יואל. דער רבי שליט''א האט דערביי פארציילט א מעשה פון זקינו הגה''ק בער עצי חיים זי''ע און געוואונטשן ברכות קדשו ס'זאל זיין בעז''ה וואסער.

דערנאך ארום 6:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט תפילת מעריב.

נאך מעריב איז רבינו שליט''א אראפ בביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט''א האט עוסק געווען בתורה פאר עטליכע שעות.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️