בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' כסלו תשפ"ב11/5/2021

באריכט
מיטוואך פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו רב טוב בקר''י אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה סניף מאנסי.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחור ב"ר בנימין זאב שטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט''א און פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע תלמידים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק צום ערשט בדברי דרוש אין די סוגיא וואס מען לערנט אין ישיבה אין מס' בבא בתרא און דערנאך ארומגערעדט בשבח הישיבה ווי מען זיצט און מען איז עוסק בתורה און משמיע געווען דברי חיזוק.

ביים סוף פון די דב''ק האט רבינו שליט''א ארויסגעברענגט רגשי לבבו צום בעפארשטייענדע מסע קודש ושבתי צום עיר האבות סיגוט און דערמאנט די געוואלדיגע קדושה וואס ליגט איינגעזאפט אין שטאט און מסיים געווען בברכות קדשו מען זאל פויעלען אלעס גוטס.

דערנאך האט הרה''ג ר' ישראל יעקב זיידענפעלד שליט''א מנהל הישיבה איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א כוללות קוויטל פון די תלמידי הישיבה, דערנאך זענען די בחורים אריבער זיך געזעגענען און ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

נאך מנחה האבן די תלמידי הישיבה ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט כי מלאכיו.

אויפדערנאכט ארום 9:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זיך געזעגענען און וואונטשן מזל טוב לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכד רבינו שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️