בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday26 Cheshvan 578211/1/2021

Report
זונטאג פר' תולדות בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל".

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ו' פסוק ב'.

דערנאך איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכנטליכע באזוך אין בית השחיטה, און נאכדעם געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקעריי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' ישראל לייב כהן הי"ו - ר' יואל בר''ה בראך הי"ו.
הר''ר אלעזר מענדל פילאפף שליט''א - הר''ר דוד גרינפעלד שליט''א.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 11:25 איז רבינו שליט''א אריבער געקומען בבית מדרשינו בבלומינגראוו ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש השמחה פונעם שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דקהלתינו בבלומינגראוו, צוגעשטעלט דורך קהלתינו הק' לכבודו פונעם רב שליט''א.

עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' יואל שליט''א, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק לכבוד השמחה ודברי הדרכה פאר אנ''ש תושבי בלומינגראוו, און מעורר געווען אין די ענינים פון תורה תפילה און צניעות, מען זאל ממשיך זיין די קדושה פון שטאט קרית יואל אין די געגענטער ארום, און ארומגערעדט בשבח פונעם חשובע רב וואס איז משפיע אויף די גאנצע געגענט, און ארויסגעברענגט די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק פון בית מדרשינו און ארויסגעברענגט אז אנ''ש זאלן קומען דאווענען בבית מדרשינו אפילו אויב מען וואוינט ווייט און זיך האלטן צוזאמען אויפן ריכטיגן דרך המסורה, דערנאך האט דער רבי דערמאנט די הרחבת גבולי הקדושה ווי מען פארברייטערט די ביהמ''ד וואס איז שוין צר מהכיל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט מען געבענטשט און רבינו שליט''א האט געזאגט די שבע ברכות.

נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די חתן מחותנים און זיידעס.

ארום 12:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ''ד.

נאך מעריב האט זיך רבינו שליט''א נאכגעפרעגט ביי די עסקני קהלתינו הק' בבלומינגראוו איבער די בלי און וואוקס פונעם געגענט, און געהערט א באריכט פון די גבאי קביעות עתים איבער די שיעורים אינעם ביהמ''ד און אנגעוואונטשען ברכות לרוב, צווישן אנדערע האט רבינו שליט''א אויך אנגעוואונטשען פארן קאנדידאט וואס לויפט צו קענען אריינגיין אינעם טאון אין בלומינגראוו צו קענען אויפטוען למען הכלל והפרט.

בביתו נאוה קודש איז געקומען אויף א באזוך צו רבינו שליט''א הרה''צ ר' יצחק טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א מקבל זיין ברכות קדשו און איינלאדענען צום שמחת החתונה פון בנו וועלכע קומט פאר קומענדיגן וואך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️