בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday23 Cheshvan 578210/29/2021

Report
דאנערשטאג פר' חיי שרה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו ברך משה בקר''י לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד לנכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה - ויואל משה שליט''א.

פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר משה צבי קליין הי"ו.
ב"ר אלחנן חיים צבי מיטטעלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ''ד. מיט סנדקאות איז נתכבד געווארן כ''ק מרן רבינו שליט''א. אלץ מוהל האט געדינט די זיידע הגה''צ ר' ברוך טייטלבוים שליט''א. מיט סנדקאות דמעומד איז נתכבד געווארן די זיידע בנש''ק הרב יעקב יצחק לאבין שליט''א.

מיט די ברכות האט רבינו שליט''א מכבד געווען דעם זיידן האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א, ויקרא שמו בישראל חנני יו''ט ליפא ע"ש זקינו הגה''צ ר' ליפא טייטלבוים זצ''ל מוואלאווע.

נאכן ברית מילה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

ארום 11:45 איז פארגעקומען די סעודת הברית בהיכל ביהמ''ד ברך משה. עס האבן אויפגעטרעטן מיט דברי תורה לכבוד די שמחה דער אבי הבן הרב יושע מרדכי אלעזר שליט''א, און די זיידע האדמו"ר מזידיטשויב חרדים שליט"א.

מיט יום ליבשה איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב יחזקאל טייטלבוים שליט"א.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''הנה אנכי נצב על עין המים ובנות אנשי העיר יצאת לשאב מים'', און געטייטשט אז דורך דעם וואס אליהו הנביא קומט אראפ צו א ברית איז הקב''ה מוחל די עבירות, און מ'קען זוכה זיין צו הבנת התורה, און מסיים געווען מיט ברכות הקודש פארן בעל ברית די זיידעס און די גאנצע ציבור.

אויך האט זיך פארצויגן א לענגערע שיינע שמועס איבער מנהגים פון זאגן תחנון, און סיפרי צדיקים פון הרה''ק די דברי חיים זי''ע און הרה''ק די שינאווע רב זי''ע.

ברהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען הרה''צ ר' אברהם הערש לייפער שליט''א אב''ד זלאטשוב מאנסי. מיט די הרחמנ'ס זענען נתכבד געווארן הרה''ג ר' יוסף משה שטויבער שליט''א מו''ץ הביהמ''ד און הרה''ח ר' מרדכי מיטטעלמאן הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 1:00.

ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 12:00.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי"ו - ר' יואל ברמ''ח ווייס הי"ו.

ארום 11:00 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב איז געווען אויף א באזוך ביי רבינו שליט''א האדמו''ר ממיאלען שליט''א פון קרית גת, ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים. רבינו שליט''א האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן א מתנה א ספר לב אהרן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️