בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday13 Cheshvan 578210/19/2021

Report
מאנטאג פר' וירא בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' דוד פאלקאוויטש הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף דברי יואל".

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ב.

ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה

ארום 1:00 איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פארן נייעם מקוה וואס ווערט געבויט בבית מדרשינו ''רב טוב'' - בנין קעפעטש אין שכונת קארלסבורג אין קרית יואל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט אויפן גיגאנטישער בנין, און געהערט א באריכט פונעם בוי מייסטער הרה''ח ר' אביגדור ראזענבערג הי''ו פונעם מקוה / ביהמ''ד און פונעם בנין הישיבה וואס ווערט געבויט אינטערן ביהמ''ד.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין ביים שטח המקוה און זיך אומגעקוקט אויפן מקוה המהודרת.

נאכדעם איז פארגעקומען די מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד. רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן רב הביהמ''ד נכדו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א, און פאר חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, אזוי אויך פאר די נדבני ובוני המקוה און פאר די גאנצע ציבור.

עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג רב הביהמ''ד שליט''א. נאכדעם האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש. דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ''יקח נא מעט מים ורחצו רגליכם והשענו תחת העץ'' ר'גליכם ו'השענו ת'חת ה'עץ איז ר''ת תורה, כדי צו קענען לערנען מיז דאס זיין תורה בטהרה. דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט בשבח הביהמ''ד וואס איז א שיין ווינקל אין קרית יואל און ארויסגעברענגט קורת רוחו אז מען בויעט א מקוה מהודרת אין ביהמ''ד און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אלע נדבנים ובוני הביהמ''ד והמקוה און פארן גאנצן ציבור.

דערנאך האט רבינו שליט''א פארטיילט שריים פאר די נדבני ובוני המקוה.

נאכדעם איז רבינו שליט''א אריבער צום מקוה ווי דער רבי האט געגאסן די יסודות און אריינגעלייגט מטבעות, און דערביי מכבד געווען נכדו רב הביהמ''ד און הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א און די נדבנים צו גיסן די יסודות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי שליט''א געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' נפתלי משה ווייס הי''ו הי"ו - ר' הערשל בראדער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מענדל מאיר גליק הי''ו - ר' אלעזר געשטעטנער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:15 ביז 11:15.

רבינו שליט"א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע, ביי די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' הלל ליבערמאן הי"ו - ר' חיים משה לאנג הי"ו.
ר' יואל מענדלאוויטש הי"ו - ר' יונה האפמאן הי"ו.

ארום 11:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה''ח ר' יעקב עפשטיין הי''ו על פטירת בנו ע''ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️