בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"א מרחשון תשפ"ב10/17/2021

באריכט
המשך באריכט שב''ק פרשת לך בצל הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

רעוא דרעווין


צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:45, מנחה: הרה"ח ר' ישראל שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישעי' סנדר גליק הי"ו (מאנסי), כהן: הרה''ח ר' הירצקא קאהן הי''ו, לוי: הרה''ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי''ו, שלישי: הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר הביד''צ העדה החרדית, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרה''ח ר' חיים ווייס הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' שלמה הערש בר''מ עקשטיין הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק ''ויאמר ה'אל אברם לך לך מארצך'' און געטייטשט בך חותמין דורך מידות החסד וועלן אידן זוכה זיין צו די גאולה ווייל אלע אנדערע מצוות לא ימלט אז ס'זאל זיך נישט אריינמישן עפעס א פגם במילא איז עס נישט פורחת לעילא, אבער מצוות צדקה ווערט נתקבל אפילו מען מיינט נישט לשמה קען יעדע איד זוכה זיין צו בויען די בית המקדש השלישי דורך צדקה און טוען חסד איינער מיטן צווייטן.

ידיד נפש: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, קל מסתתר: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ בית מדרשינו ויואל משה וומסב''ג. דער רבי שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 9:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 1.23K