בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday9 Cheshvan 578210/15/2021

Report
דאנערשטאג פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' משה יוסף פריעדמאן הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף ברך משה", נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י''ג. דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען.

ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' מאיר זיכערמאן הי''ו - ר' חנא ברש''א דים הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' יקותיאל יושע בודק הי''ו - ר' יעקב יוסף גלויבער הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:00. ביי די זמני כניסה האט רבינו שליט''א מיט א געוואלדיגער קורת רוח פארהערט הלכות שבת הבה''ח שמעון יודא ב''ר ברוך יצחק ווייס הי''ו, און הבה''ח מאיר זיידא ב''ר יואל דוד ווייס הי''ו, מתלמידי המתיבתא.

ארום 11:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.

נאך מעריב ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א חבר הביד''צ העדה החרדית, בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' מרדכי שבתי ווערצבערגער הי''ו בשכונת וואדבאר''י דזשאנקשא''ן בגלילות קר''י, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע הערליכע תורה'דיגע שמועס און אינטערסאנטע הלכה'דיגע שאלות בהלכות סוכה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן חבר הביד''צ שליט''א און פארן בעל אכסניא, דערנאך האט זיך דער רבי נאכגעפרעגט ווי ער וועט זיין אויף קומענדיגן שבת - ווי דער גרויסער גאסט וועט וויילען אין קרית יואל.

אויך האט זיך אנגעזעהן הרה"ג ר' שלמה יוסף יאזעפאוויטש שליט''א רב השכונה, רבינו שליט''א האט זיך נאכגעפרעגט איבער די ווייטערדיגע פלענער פון מרחיב זיין די שכונה, און געוואונטשן ברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️