בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' מרחשון תשפ"ב10/14/2021

באריכט
מיטוואך פר' לך בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

צופרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יודא אשר ראטה הי''ו, ווי דער רבי שליט''א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא "סניף קדושת יואל". פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר יואל מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר יואל יצחק סופר הי"ו.
ב"ר שלום הכהן ברעכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור קאפיטל ה' פסוק י"ג.

דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבערגעגאנגען שלום נעמען, נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט"א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי, און אים 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט"א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגעדע מחותנים:
ר' יודא שלמה פריעדמאן הי''ו - ר' משה מאיר דוב גליק הי''ו, באולם כינור דוד.
ר' וואלף רעטעק הי''ו - ר' חיים ב"ר קלמן ווייס הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.

אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פון 8:00 ביז 11:30.

ארום 11:30 האט רבינו שליט''א געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביתו נאוה קודש און דערנאך געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️